זעמברעווער יזכּור־בוך איז אַרויס אויף ענגליש

Zembrover Memorial Book Is Published in English


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 01, 2017, issue of February 23, 2017.

די זעמברעווער לאַנדסמאַנשאַפֿט האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון איר יזכּור־בוך א״ט „ספֿר זעמברעווע‟.

דאָס יזכּור־בוך, וואָס איז לכתּחילה אַרויס אין 1963 אויף ייִדיש און העברעיִש, שילדערט דאָס פֿאַרמלחמהדיקן ייִדישן לעבן אינעם שטעטל זעמברעווע, אין דער ביאַליסטאָקער פּראָווינץ, צפֿון־מיזרח פּוילן. די איצטיקע איבערזעצונג, דורכגעפֿירט פֿון ד״ר יעקבֿ בערגער, ברענגט די געשיכטע צון אַ נײַעם דור לייענערס, און ס׳האָט זיך שוין אויספֿאַרקויפֿט דער ערשטער דרוק פֿון 200 עקזעמפּלאַרן. ד״ר בערגער האָט פֿריִער איבערגעזעצט עלעף אַנדערע יזכּור־ביכער.

„ספֿר זעמברעווע‟ באַשטייט פֿון העכער 600 זײַטן און באַשרײַבט די פֿאַרשידן־מיניקײט פֿונעם דעמאָלטיקן לעבן אין שטעטל, די שולן, די געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס, יוגנטקלובן און רעליגיעזן לעבן. דער טעקסט ווערט באַגלייט מיט מער ווי 250 פֿאָטאָגראַפֿיעס. דאָס בוך איז צווישן אַרום 1,700 יזכּור־ביכער וואָס מ׳האָט אַרויסגעלאָזט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַלע יזכּור־ביכער דינען ווי אַ טײַערער קוואַל פֿאַר פֿאָרשער וואָס שטרעבן בעסער צו פֿאַרשטיין דאָס פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע לעבן, ווי אויך אַזוינע וואָס ווילן בעסער פֿאַרשטיין זייערע אייגענע מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרצלען. ווי אַ טייל פֿון דער איבערזעצונג האָבן לאַנדסלײַט אידענטיפֿיצירט פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס יחידים וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן. זיי האָבן אויך צוגעגעבן נאָך אינפֿאָרמאַציע און פֿאָטאָגראַפֿיעס וועגן די פֿאַרמלחמהדיקע זעמברעווער אײַנוווינערס.

הגם ייִדן האָבן שוין געוווינט אין זעמברעוו זינט דעם אָנהייב פֿונעם 18טן יאָרהונדערט איז די קהילה אָפֿיציעל פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1830. לכתּחילה האָבן די ייִדן געשעפּט חיונה פֿון וואַלד־ און תּבֿואה־האַנדל, און האָבן געפֿירט אַכסניות. אין מיטן 19טן יאָרהונדערט האָבן אַ סך ייִדן אויך געהאָדעוועט פֿערד, קולטיווירט סעדער און געאַרבעט ווי בעלי־מלאכה.

אין 1921 האָבן אין זעמברעוו געוווינט 3,216 ייִדן — 52% פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. אין 1919 האָט מען געגרינדעט אַ ייִדיש־שפּראַכיקע טאָגשול אויפֿן נאָמען פֿון בער באָראָכאָוו, און אין 1921 האָט מען פֿאַרלייגט אַ העברעיִש־שפּראַכיקע טאָגשול. דער ייִדישער אַרבעטער־בונד און דער פּועלי־ציון זענען דאָרט ביידע געווען זייער אַקטיוו.

די זעמברעווער לאַנדסמאַנשאַפֿט, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1898, איז פֿון די געציילטע וואָס זענען נאָך אַלץ אַקטיוו. מיט צוויי יאָר צוריק האָט זי לאַנסירט אַ פֿייסבוק־זײַטל, און דעם חודש וועט זי לאַנסירן אַן אייגענע וועבזײַט — אַ חידוש צווישן לאַנדסמאַנשאַפֿטן.

דאָס איבערגעזעצטע בוך קען מען קריגן אָנלײַן אויף דער וועבזײַט //www.museumoffamilyhistory.com. עקזעמפּלאַרן פֿונעם בוך קען מען באַקומען פֿון דער לאַנדסמאַנשאַפֿט פֿאַר 50 דאָלאַר פּלוס שיקגעלט. בעלנים זאָלן זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט חנן קעסלער, אויף דעם אַדרעס: zambrowyizkorbook@gmail.com.