געריכט: געוועזענער חסיד טאָר ניט זען קינדער צוליבן זײַן „טראַנס־מין‟

Court: Ex-Hasid Can't See Kids because She's Transgender

דער ריכטער פּיטער דזשעקסאָן
ilmondo.tv
דער ריכטער פּיטער דזשעקסאָן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 02, 2017, issue of February 23, 2017.

נאָך אַ לעגאַלן פּראָצעס פֿון העכער 12 חדשים האָט אַ בריטישער ריכטער לעצטנס געפּסקנט, אַז אַ געוועזענער חסיד, וואָס איז געוואָרן אַ פֿרוי, טאָר ניט זען אירע פֿינף קינדער ווײַל איר לעבנסשטייגער פּאַסט ניט מיט די ווערטן פֿון דער חסידישער קהילה. דער ריכטער, פּיטער דזשעקסאָן, האָט דערקלערט אין זײַן פּסק־דין פֿאַרן מאַנטשעסטער משפּחה־געריכט, אַז די ריזיקע איז צו גרויס, אַז די חסידישע קינדער וועלן געלייגט ווערן אין חרם צוליב דעם וואָס זייער פֿאָטער איז געוואָרן אַ פֿרוי.

די טראַנס־מיניקע פֿרוי, וואָס האָט פּרובירט צו באַקומען דאָס רעכט זיך צו טרעפֿן רעגולער מיט אירע קינדער, האָט מיטגעבראַכט צום געריכט אַ ריי אָרטאָדאָקסישע ראַבינער וואָס האָבן עדות געזאָגט, אַז די ייִדישע אמונה לערנט בכלל ניט, מע זאָל אַוועקנעמען קינדער פֿון אַ טאַטן אָדער אַ מאַמען צוליב דעם וואָס ער אָדער זי איז טראַנס־מיניק. דער ריכטער האָט דערקלערט, אַז עס טוט אים זייער באַנג, וואָס ער מוז אַזוי פּסקענען אָבער די ריזיקע אַז מע וועט שטערן דאָס לעבן פֿון די קינדער אויב די חסידישע קהילה דערוויסט זיך אַז זיי האָבן אַ באַציִונג מיט זייער פֿאָטער, איז פּשוט צו גרויס.

ער האָט ווײַטער געשריבן אַז „איך זאָג זיך אָפּ פֿון דער אַבסורדער טענה, אַז די קינדער וואָלטן ניט געקענט אויסהאַלטן דאָס זען זיך מיט זייער פֿאָטער. קינדער זענען בטבֿע גוטמוטיק און בייגעוודיק, און איך בין זיכער אַז מיט דער ריכטיקער שטיצע וואָלטן די קינדער זיך געקענט צופּאַסן צו די ענדערונגען וואָס זייער פֿאָטער מאַכט דורך. דער אמת איז, אַז דווקא די דערוואַקסענע אין זייער קהילה קענען ניט פֿאַרטראָגן, אַז די קינדער זאָלן זיך זען מיט זייער פֿאָטער.‟

אַנשטאָט צו באַזוכן די קינדער, וועט די פֿרוי זיך קענען שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט זיי, בלויז אומדירעקט, פֿיר מאָל אַ יאָר דורכן שיקן זיי בריוו לכּבֿוד געוויסע יום־טובֿים, און לכּבֿוד זייערע געבוירן־טעג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.