עלטסטער דזשודעזמע־זשורנאַל שליסט געדרוקטן נוסח

Oldest Magazine in Ladino Ceases Print Publication

די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל Aki Yerushalayim משה שאול און זעלדאַ עובֿדיה
די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל Aki Yerushalayim משה שאול און זעלדאַ עובֿדיה

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 02, 2017, issue of February 23, 2017.

משה שאול און זעלדע עובֿדיה, די לאַנגיאָריקע רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל Aki Yerushalayim (דאָ ירושלים) האָבן איבערגעגעבן אין אַן אינטערוויו מיט דער וועבזײַט kolsefardim.net, אַז נאָך 37 יאָר וועט מען מער ניט אַרויסגעבן דעם זשורנאַל צוליב אַ דוחק אין געלט און אַ כּסדר פֿאַלנדיקער צאָל אַבאָנענטן. דעם לעצטן נומער, דעם זשורנאַלס הונדערטסטן, איז אַרויס אין אָקטאָבער. מיט אים שליסט זיך דער לעצטער זשורנאַל אויף דזשודעזמע אין ישׂראל.

Aki Yerushalayimהאָט געשפּילט אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין דער וועלט פֿון דזשודעזמע־ און ספֿרדישע שטודיעס. דער זשורנאַל האָט פֿאָרגעשטעלט נײַע אויסלייג־כּללים, פֿאַרלייגט פֿון משה שאול, וואָס עס האָבן אַדאָפּטירט אַלע אַנדערע דזשודעזמע־שפּראַכיקע פּובליקאַציעס, פֿאַרלאַגן (און דערנאָך וועבזײַטן) איבער דער וועלט. דערצו איז דער זשורנאַל געוואָרן אַן ערשטקלאַסיקער מקור פֿון אַרטיקלען וועגן דער געשיכטע פֿון די ספֿרדישע ייִדן, דער אַמאָליקער דזשודעזמע־שפּראַכיקער פּרעסע, די ספֿרדישע מאכלים און פֿאָלקלאָר. די אויסגאַבע האָט אַרײַנגענומען אָפּטיילונגען געווידמעט די דזשודעזמע־דיאַלעקטן פֿון מאַראָקאָ (האַקאַטיאַ), די פֿאַרשידענע היסטאָרישע אָרטאָגראַפֿיעס פֿון דער שפּראַך (דער רש׳׳י־שריפֿט, דער שרײַבסטיל פֿון טערקײַ מיט לאַטײַנישע אותיות נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה ווען מע האָט פֿאַרווערט דאָס באַנוצן זיך מיטן ייִדישן אַלף־בית) און אַפֿילו אַ קעסטל־רעטעניש. אין זײַנע בלי־יאָרן האָט די פּובליקאַציע פֿאַרמאָגט לייענער אין ישׂראל, אַמעריקע, אַרגענטינע, שפּאַניע און יאַפּאַן.

משה שאול און זעלדע עובֿדיה, וואָס זענען ביידע אויך ראַדיאָ־פּרעזענטירער אויף דזשודעזמע, גיבן זיך אָבער ניט אונטער. כאָטש ס׳איז זיי קלאָר, אַז זיי קענען ניט ווײַטער אָנגיין מיט אַ געדרוקטער אויסגאַבע, מאַכן זיי פּלענער אויפֿצולעבן די פּובליקאַציע ווי אַ וועבזײַט. אַזוי אַרום וועלן זיי קענען צושטעלן ניט בלויז אַרטיקלען, נאָר אויך פֿילמען און קלאַנג־רעקאָרדירונגען.

מע שאַצט, אַז בײַם שפּיץ פֿון דער דזשודעזמע־שפּראַכיקער פּרעסע צווישן די 1860ער און 1940ער יאָרן האָבן עקזיסטירט אַרום 300 פֿאַרשידענע אויסגאַבעס, אַרײַנגערעכנט טעגלעכע צײַטונגען דורכויס דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, ווי אויך אין ניו־יאָרק. אין ישׂראל האָט מען אין די 1950ער יאָרן אַרויסגעגעבן עטלעכע וואָכנבלעטער אויף דער שפּראַך. די לעצטע האָט זיך געשלאָסן אין 1990.

נאָכן שליסן זיך פֿון Aki Yerushalayim בלײַבן בלויז צוויי אויסגאַבעס אויף דזשודעזמע: אַ וואָכנבלאַט „שלום” אין סטאַמבל, וואָס דרוקט איין זײַטל אויף דער שפּראַך און El Amanecer (דער באַגינען), אַ חודשלעכער זשורנאַל וואָס ווערט געדרוקט אין גאַנצן אויף דזשודעזמע.