„קינדער־טאָג‟ בײַם „ייִוואָ‟

Children's Day at YIVO


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 05, 2017, issue of February 23, 2017.

דער ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟, באַנאַנד מיטן „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟ זענען בכלל ניט באַקאַנט פֿאַרן אָרגאַניזירן פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אָדער משפּחות. זייערע פּראָגראַמען זענען איבערהויפּט אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן אָדער פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן וואָס זענען נאָענט פֿאַרבונדן מיט אַן אַקאַדעמישער טעמע.

אַ פּנים וויל מען איצט צוציִען אַ נײַעם עולם ווײַל דער „ייִוואָ‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז ער אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלן טאָג פֿון פּראָגראַמען פֿאַר קינדער. דער „קינדער־טאָג‟ וועט אַרײַננעמען זינגערײַען, ליאַלקע־שפּילן און מעשׂיות וואָס זענען אינספּירירט פֿונעם לעבן פֿון ייִדישע קינדער פֿאַרן חורבן. צווישן די אַקטיוויטעטן, וואָס וועלן פֿאָרקומען אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן אינעם בנין: די זינגערין און אַרכיוויסטקע עלינאָר ביזונסקי וועט זינגען ייִדישע קינדערלידער, דער אַקטיאָר שיין בייקער וועט דערציילן מעשׂיות, און דזשעני ראָמיין וועט פֿאָרשטעלן אַ ליאַלקע־שפּיל אויף ייִדיש און ענגליש. מע וועט אויך סערווירן ייִדישע מאכלים פֿון דער פֿירמע „די געפֿילטעריע‟.

באַנאַנד מיט די פֿאַרווײַלונגען פֿאַר קינדער, וועט מען פֿאַר דערוואַקסענע מאַכן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן דעם לעבנסשטייגער פֿון ייִדישע קינדער פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. אינעם פּאַנעל וועלן זיך באַטייליקן ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו וואָס וועט רעדן וועגן די ייִדישע יונגט־באַוועגונגען אין מיזרח־אייראָפּע; ד׳׳ר מרים יודעל וואָס וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער סאָציאַליסטישער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין אַמעריקע און אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; ד׳׳ר נעמי זײַדמאַן וואָס וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע „מאַקס ווײַנרײַכס פֿאָרש־אַרבעטן וועגן דער פּסיכאָלאָגיע פֿונעם ייִדישן אַדאָלעסצענץ‟ און ד׳׳ר באַרבאַראַ קירשנבלאַט־גימבלעט וואָס וועט אַרומרעדן די מאָלערײַען פֿון איר פֿאָטער, דעם קינסטלער מאיר קירשנבלאַט.

דער „קינדער־טאָג‟ וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 30סטן אַפּריל. די קינדער־אַקטיוויטעטן וועלן אָנגיין פֿון 11 אַזייגער אין דער פֿרי ביז 1 אַזייגער נאָכמיטאָג און דער אַקאַדעמישער פּאַנעל וועט זיך אָנהייבן 2 אַזייגער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.yivo.org/Childrens-Day און .https://www.yivo.org/Growing-Up-Jewish



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.