קאָנפֿערענץ וועגן סאַטירע אין דער ייִדישער ליטעראַטור

Conference on Satire in Jewish Literature

אַ קאַרטון פֿון דער סעריע „גימפּל בייניש דער שדכן‟, אין דער צײַטונג „דיא וואַרהייט‟, דעם 8טן יוני 1913
Gimpl Beynish der shadkhn
אַ קאַרטון פֿון דער סעריע „גימפּל בייניש דער שדכן‟, אין דער צײַטונג „דיא וואַרהייט‟, דעם 8טן יוני 1913

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 07, 2017, issue of February 23, 2017.

דער „נאַציאָנאַלער אינסטיטוט פֿאַר אָריענטאַלישע שפּראַכן און ציוויליזאַציעס‟ אין פּאַריז, באַקאַנט ווי „אינאַלקאָ‟, אָרגאַניזירט אַן איין־טאָגיקע קאָנפֿערענץ געווידמעט דער סאַטירישער ליטעראַטור אין די ייִדישע גלות־שפּראַכן (דער־עיקר — ייִדיש און דזשודעזמע) אין די הײַנטיקע צײַטן; דאָס הייסט, צווישן דעם 19טן און דעם 21סטן יאָרהונדערט.

די קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 15טן יוני 2017.

דער אוניווערסיטעט האָפֿט אַז די איין־טאָגיקע קאָנפֿערענץ וועט צונויפֿברענגען די פֿאָרשער פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע און דזשודעזמע־שפּראַכיקע ליטעראַטורן, זיי זאָלן זיך דערוויסן וועגן די ענלעכקייטן און אונטערשיידן אינעם באַנוץ פֿון סאַטירע אין די צוויי ליטעראַטורן.

מע זוכט רעפֿערענטן וואָס זאָלן אַרומרעדן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער טעמע, „סאַטירע אין ייִדישע שפּראַכן: קאָנפֿראָנטירן די קריזיסן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער וועלט דורך געלעכטער‟, ווי, למשל, די ראָלע פֿון סאַטירע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור; דער אופֿן ווי אַזוי מע דריקט אויס סאַטירע דורך טעאַטער, לידער אָדער זשורנאַליזם; די געשיכטע פֿון סאַטירע אין דער ייִדישער פּרעסע; די פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער פֿון סאַטירע; ווי אַזוי מע האָט אויסגעטראַכט אַ סאַטירישן רעגיסטער אין דער שפּראַך; דער באַנוץ פֿון די נאָענט־פֿאַרבונדענע ליטעראַרישע מיטלען (פּאַראָדיע, עפּיגראַמען) און ווי אַזוי מע האָט זיך באַנוצט מיט די אייגנאַרטיקע לינגוויסטישע פּיטשעווקעס פֿון ייִדישע שפּראַכן אין סאַטירישע שריפֿטן.

מע בעט, אַז די פֿאָרשער זאָלן אַרײַנשיקן אַ פֿאָרשלאָג אויף אַ רעדע (ביז 400 ווערטער) ביזן 15טן פֿעברואַר אויף arnaud.bikard@inalco.fr (פֿאַר ייִדיש) אָדער varol@noos.fr (פֿאַר דזשודעזמע).

געוויסע פֿאָרשער וועלן קענען קריגן אַ סובסידיע וואָס וועט דעקן אַ טייל פֿון די רײַזע־הוצאָות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.