ידיעות פֿון מעלבורן 

News From Melbourne

Getty Images

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published February 06, 2017, issue of February 23, 2017.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

יִידישע אָרגאָניזאַציעס טאַדלען טראָמפּס באַפֿעל װעגן פּליטים

אױסטראַלישע יִידן האָבן אָנטײלגענומען אין „שװעסטערמאַרשן” אינעם זעלבן טאָג װען פֿיל אַמעריקאַנער יִידן און נישט־יִידן האָבן מאַרשירט כּדי צו פּראָטעסטירן קעגן דער פּאָליטיק פֿונעם נײַעם פּרעזידענט, דאָנאַלד דזשײ טראָמפּ, אײן טאָג נאָך זײַן אײַנשװערונג. 

די װאָך האָבן אַ רײ אױסטראַליש־יִידישע אָרגאָניזאַציעס געטאַדלט דעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענטס עקזעקוטיװ-באַפֿעל אױסצושליסן פּליטים פֿון 7 אַראַבישע לענדער פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן במשך פֿון די קומענדיקע דרײַ חדשים.

די אָפּרופֿן זײַנען געקומען פֿון אַלע פֿליגלען פֿון אױסטראַלישן יִידנטום. דער פּרעזידענט פֿונעם אָרטאָדאָקסישן ועד הרבנים פֿון אױסטראַליע און נײַ זעלאַנד, הרבֿ יעקבֿ גלאַסמאַן, האָט דערמאָנט דעם פּסוק װי די תּורה פֿאָדערט הילף פֿאַר די װעלכע זוכן ערלעך אונטערשטיצונג קעגן אונטערדריקונג אין זײערע געבורט־לענדער.

דער ליבעראַלער פֿאַראײן פֿאַר פּראָגרעסיװן יִידנטום האָט געטאַדלט דאָס אױסשליסן פּליטים פֿון אַ לאַנד באַזירט אױף „זײער עטנישקײט, נאַציע אָדער רעליגיע”.

די אַנטי־דעפֿעמאַציע־ליגע, װאָס איז פֿאַרבונדן מיטן בני־ברית אין אױסטראַליע, האָט געפֿאָדערט אַז פּרעזידענט טראָמפּ זאָל פֿאַרנעמען אַ „מער באַלאַנסירטע” שטעלונג „מיט מער נואַנסן” לגבאי „די װעלכע שטײען פֿאַר סכּנות און דאַרפֿן טאַקע אַ זיכערן האַפֿן”.

דער אױסטראַלישער ראַט פֿאַר ישׂראל־ און יִידישע ענינים האָט באַצײכנט דעם אינהאַלט פֿונעם באַפֿעל װי „נישט קאָמפּעטענט”.

דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן יִידנטום האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעאַקציע װאָס „טאַדלט פּאָליטיק אָדער באַמערקונגען װעלכע דינען צו טאַדלען לעגיטאַמאַטיװע פּליטים װי אַ גרופּע”. ער האָט אָבער אױך אױסגעדריקט די מײנונג אַז „נישט אַלע װילן פֿאַרלאָזן לענדער װוּ עס קומט פֿאָר מלחמה אָדער קאָנפֿליקט װי פּליטים”.

דער יִידישער אַרבעטער־בונד האָט פֿאַרדאַמט טראָמפּס באַשלוס „װײַל מיר זײַנען אַלע מענטשן” און װײַל „ביטערע איבערלעבונגען דערמאָנען אונדז” װי נאָענט מיר שטײען טאַקע צו אַלע געליטענע.

דער אױסטראַלישער צענטער פֿאַר יִידישער ציװיליזאַציע בײַ מאָנאַש אוניװערסיטעט האָט פֿאַרלױרן זײַן הױפּט רעדנער פֿאַר אַ סימפּאָזיום װאָס האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען אױף דער טעמע פֿון צוזאַמענאַרבעט צװישן רעליגיעס, װײַל זי האָט מורא געהאַט אַז כאָטש זי האָט אַן אַמעריקאַנער גרין קאַרטל, װעט זי נישט טאָרן צוריקקומען קײן אַמעריקע טאָמער פֿאַרלאָזט זי דאָס לאַנד אינעם איצטיקן מאָמענט. זי איז געבױרן געװאָרן אין אַ לאַנד װאָס האָט די גרעסטע מוסולמענישע באַפֿעלקערונג אױף דער גאַנצער װעלט, נאָר עס געפֿינט זיך נישט אױף דאָנאַלד טראָמפּס רשימה, מסתּמא װײַל זײַנע אײַנװױנער זײַנען נישט קײן אַראַבער: אינדאָנעזיע. דער צענטער האָט גלײַך אױסגעדריקט זײַן סאָלידאַריטעט מיט אַקאַדעמיקער פֿון אַלע לענדער.

די טעמע פֿון טראָמפּס עקזעקוטיװ־באַפֿעל איז אױך דערמאָנט געװאָרן צװישן יחידים:

באַבאַ שװאַרץ, אײנע פֿון די שארית הפּליטה, האָט געפֿאָדערט בײַ אירע צוהערער בײַם אָװנט בײַם מעלבורנער חורבן־מוזעום אין אָנדענק פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג צו דערמאָנען דעם חורבן, אַז זײ זאָלן זיך גוט צוהערן צו דער שארית הפּליטה װײַל דאָס רשעות פֿונעם חורבן קען זיך איבערחזרן „אפֿשר נישט צו אונדז, נאָר צו אַ צװײטער גרופּע”.

און דער געװעזענער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר צו אױסטראַליע, דזשעפֿערי בלײך, האָט געטאַדלט נישט נאָר טראָמפּס באַפֿעל נאָר אױך די װעלכע „בלײַבן נײטראַל אין צײַטן פֿון גרױסן מאָראַלישן קריזיס”.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.