געזוכט: לעקטאָר צו לערנען ייִדיש אין „האַרוואַרד‟

Yiddish Instructor Sought at Harvard

Wikimedia Commons

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 08, 2017, issue of February 23, 2017.

ד״ר שאול זאַריט, דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין „האַרוואַרד‟־אוניווערסיטעט, האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זײַן פּראָגראַם זוכט אַ נײַעם לעקטאָר צו לערנען ביז־גראַדויִר און גראַדויִר־סטודענטן די ייִדישע שפּראַך.

דער פֿולצײַטיקער פּאָסטן, וואָס דויערט איין יאָר ביז אַכט יאָר, נעמט אַרײַן דאָס לערנען, צום ווייניקסטן, פֿינף ייִדיש־קלאַסן אַ יאָר. געוויינטלעך לערנט „האַרוואַרד‟ ייִדיש אויף דרײַ מדרגות און יעדע מדרגה באַשטייט פֿון צוויי זמנים פֿון לערנען. הייסט עס אַז אין אַ געוויינטלעכן סעמעסטער לערנט דער דאָצענט דרײַ ייִדיש־קלאַסן.

דער קאַנדידאַט מוז קענען פֿליסיק ייִדיש און האָבן אַ באַקאַלאַווראַט־דיפּלאָם. ער אָדער זי דאַרף שוין האָבן געהאַט אַ סך פּראַקטיק ווי אַ ייִדיש־לערער און זײַן גוט באַהאַוונט אין דער שפּראַך־פּעדאָגאָגיק. מע וויל אויך אַ קאַנדידאַט וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין דער ייִדישער ליטעראַטור, לינגוויסטיק, קולטור אָדער אינטעלעקטועלער געשיכטע — הייסט עס, אַ סטודענט וואָס לערנט אויף אַ דאָקטאָראַט.

די וואָס ווילן אָנגעבן אויפֿן פּאָסטן זאָלן אַרײַנשיקן זייער אַפּליקאַציע, קוריקולום־וויטע, און די נעמען און טעלעפֿאָן־נומערן פֿון ביז דרײַ רעפֿערענצן אויף https://www.timeshighereducation.com/unijobs/listing/48514/preceptor-in-yiddish/ ביזן 1טן מאַרץ 2017.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט nelc@fas.harvard.edu.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.