שײנע ישׂראלישע האָטעלן פֿאַר געווינערינס מיט די עופֿעלעך

Upscale Israeli Hotels Designed For New Moms and Babies

אין אַ געוויינטלעכן צימער בײַ „בייבי ליס‟, געפֿינט זיך אַ וויגשטול מיט אַן אָנשפּאַר־קישן פֿאַר דער מאַמען (רעכטס); אַ סאָפֿע־בעט פֿאַר עלטערע קינדער וואָס ווילן דאָרט אויך אײַנשטיין, און אַוודאי — אַ ווינדל־קישן (לינקס)
Courtesy of Baby Lis
אין אַ געוויינטלעכן צימער בײַ „בייבי ליס‟, געפֿינט זיך אַ וויגשטול מיט אַן אָנשפּאַר־קישן פֿאַר דער מאַמען (רעכטס); אַ סאָפֿע־בעט פֿאַר עלטערע קינדער וואָס ווילן דאָרט אויך אײַנשטיין, און אַוודאי — אַ ווינדל־קישן (לינקס)

פֿון דעבראַ קאַמין (ייִט״אַ)

Published February 08, 2017, issue of February 23, 2017.

אינעם פֿאָיע פֿונעם אומגעוויינלעכן האָטעל זיצט מען אויף לעדערנע סאָפֿעס און דער אָנגעשטעלטער בײַם אײַנשרײַבטיש איז אָנגעטאָן אין אַן עלעגאַנטן שוואַרצן קאָסטיום. אין עסצימער גרייט מען צו לוקסוסדיקע בופֿעטן באַלאָדן מיט פֿרוכטן, אָרטיקע קעזן, מאַרינירטע מאַסלינעס און פֿרישן פֿיש.

אין דעם 26־צימערדיקן האָטעל געפֿינט מען פּוכענע קישנס מיט גלאַנציקע קאַכלען און עלעגאַנטע טואַלעטזאַכן, און ס׳איז אַזוי פּאָפּולער אַז כּמעט יעדן טאָג איז אין גאַנצן פֿול. אין יעדן צימער לעבן אין תּענוג יונגע מאַמעס, און בײַ דער זײַט — אַ באַסינעטל מיט אַ נײַ־געבוירן קינד.

אָט דאָס איז „בייבי ליס“, אַ פּריוואַטער האָטעל וואָס שטייט אַ טיר לעבן אַ טיר מיטן תּל־אָבֿיבֿער שפּיטאָל איכילאָוו. די איינציקע קונים פֿונעם האָטעל: געווינערינס מיט זייערע נײַ־געבוירענע עופֿעלעך. אין ישׂראל געפֿינען זיך הײַנט פֿיר אַזוינע האָטעלן, וואָס זיי זענען באַקאַנט אויף עבֿרית ווי „מילונית“.

מדינת־ישׂראל האָט זייער אַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צום האָבן קינדער. אַלע מאַמעס זענען באַרעכטיקט אויף דרײַ חדשים באַצאָלטן מאַמע־אורלויב און אַ נײַ געזעץ האָט שוין אויך אײַנגעפֿירט אַ טאַטע־אורלויב.

פֿאַר אַזוינע מאַמעס וואָס זיי קענען אויספֿירן מער פֿון דעם, שטייט מען אײַן עטלעכע נעכט נאָכן האָבן אַ קינד אין אַזאַ „בייבי‟־האָטעל. די האָטעלן צילעווען צו לאָזן די נײַע מאַמעס זיך אויסשפּאַנען און אויסשלאָפֿן איידער מע פֿאָרט אַהיים און סע הייבט זיך אָן די אמתע אַרבעט פֿון זײַן אַ מאַמע.

אַ געווינערין מיט איר נײַ־געבוירן קינד, אינעם האָטעל „בייבי ליס‟
Courtesy of Baby Lis
אַ געווינערין מיט איר נײַ־געבוירן קינד, אינעם האָטעל „בייבי ליס‟

די דרײַ אַנדערע האָטעלן זענען דער הדסה־קימפּעט־האָטעל, אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם שפּיטאָל הדסה־עין־קרם אין ירושלים; „בייבי אסף“, אָנגעפֿירט פֿונעם מעדיצינישן צענטער „אסף־הרופא“ אין צריפֿין; און „שבֿאָ־בייבי“, אויפֿן ערשטן גאָרן פֿונעם אָבסטרעטיק־אָפּטייל אינעם מעדיצינישן צענטער חיים שבֿאָ אין תּל־השומר.

דער האָטעל „בייבי ליס“ איז אַן אוניקום דערמיט וואָס ס׳איז אַ פּריוואַטער און, דערפֿאַר, דער סאַמע לוקסוסדיקער פֿון די „בייבי‟־האָטעלן. איין נאַכט דאָ קער אָפּקאָסטן אַרום 423 דאָלאַר, וואָס דאָס נעמט אַרײַן דרײַ גורמע־מאָלצײַטן אַ טאָג. אַ צימער אין „הדסה־בייבי“, פֿון דער צווייטער זײַט, קען מען באַשטעלן פֿאַר אַרום 211 דאָלאַר אַ נאַכט, מיט אַ מינימום פֿון דרײַ נעכט, און מאָלצײַטן זענען ברירהדיק.

דער פּיאָנער פֿון די האָטעלן איז דער „שבֿאָ־בייבי“ וואָס האָט געעפֿנט די טירן מער ווי 17 יאָר צוריק, און דער נײַסטער — „בייבי אסף“, וואָס האָט זיך געעפֿנט אין 2013. יעדער האָטעל האָט זיך זײַן אייגענעם כאַראַקטער. למשל, „בייבי אסף“, וואָס האָט נאָר 17 צימערן, איז גיכער אַ מין „צימער מיט פֿרישטיק“, מיט אַן אַמאָליקן חן, מיט שיינע וועראַנדעס, און זייער היימיש.

פֿאַר די שפּיטאָלן לייגט זיך עקאָנאָמיש אויפֿן שׂכל צו האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַזאַ האָטעל ווײַל דער פּירסום העלפֿט אַרײַנציִען אַלץ מער פֿרויען. כאָטש אין ישׂראל מוז יעדער באַצאָלן פֿאַר דער מלוכישער געזונט־אָפּהיט־סיסטעם דורך אַ נידעריקן חודשלעכן אָפּצאָל, קענען מער פֿאַרמעגלעכע ישׂראלים צאָלן אַ צוגאָב־אָפּצאָל און קריגן דערפֿאַר נאָך מער בענעפֿיטן, למשל, סובסידירטע אַקופּונקטור, אַ ברייטערן פֿאַרמאַצעווטיק־פּלאַן, און די ברירה צו דעקן כאָטש אַ טייל פֿון די הוצאָות פֿון אײַנשטיין אין אַ „בייבי‟־האָטעל. ס׳רובֿ אַזוינע פּלענער דעקן איין אָדער צוויי נעכט אין אַזאַ האָטעל, אָבער אַנדערע פֿרויען שטייען אײַן נאָך לענגער, און בעטן אַפֿילו אַז משפּחה־לײַט זאָלן, אַנשטאָט אַ טראַדיציאָנעלער מתּנה פֿאַרן קינד, גיבן צו שטײַער צו די הוצאָות פֿונעם האָטעל.

פֿאַר די פֿרויען וואָס באַניצן זיך מיט אַזאַ האָטעל איז בפֿירוש כּדאַי צו באַצאָלן איבעריק דערפֿאַר, וואָרן סע שטעלט צו אַ געלעגנהייט זיך אַ ביסעלע אויסצושפּאַנען און אויסצושלאָפֿן. פֿרויען לאָזט מען בדרך־כּלל אַרויס פֿון שפּיטאָל נאָך צוועלעף שעה נאָכן האָבן (אויב ס׳איז נישט געווען קיין קאָמפּליקאַציעס). דעמאָלט פֿירט מען זיי אַריבער אינעם דערבײַיִקן „בייבי‟־האָטעל, וווּ די מאַמעס קענען אָדער האַלטן די פּיצעלעך בײַ זיך אין צימער אָדער קענען קראַנקן־שוועסטער זיך פֿאַרנעמען מיט זיי אינעם אָרטיקן עופֿל־שטוב. די קראַנקן־שוועסטער גיבן די מאַמעס עצות וועגן זייגן דאָס קינד, און גיבן זיי אויך ווייטיק־מיטלען, טאָמער דאַרף מען.

אַזאַ סיסטעם זעט מען זעלטן אין אַנדערע לענדער. אין אַמעריקע און אַזיע קען מען זיך פֿאַרשרײַבן אויף אַן עקסט לוקסוסדיקער באַדינונג נאָכן האָבן אַ קינד, אָבער אין ישׂראל פֿונקציאָנירן די האָטעלן בשותּפֿות מיט די קימפּעט־פּאַלאַטעס אין שפּיטאָלן. סע גיט דער נײַער מאַמע אַ געפֿיל אַז מע פּאַסט גוט אויף אויף איר, און אויך אַ געלעגנהייט זיך אָפּצורוען און הנאה האָבן פֿונעם עופֿעלע איידער מע פֿאָרט אַהיים און סע הייבט זיך אָן די אמתע האָרעוואַניע פֿון זײַן אַ מאַמע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.