מער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער נאָמינירט פֿאַר אָסקאַרס

More African-Americans Nominated For Oscars


פֿון עדי מהלאל

Published February 08, 2017, issue of February 23, 2017.

אַז מע גיט אַ קוק אויף די פֿילמען וואָס מע האָט הײַיאָר נאָמינירט פֿאַר אַן אָסקאַר, קען מען זען, אַז דער פֿאַרמעסט פֿון דער „אַקאַדעמיע פֿון פֿילם־קונסט‟, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 26טן פֿעברואַר אין לאָס־אַנדזשעלעס, וועט זײַן אַ ביסל אַנדערש פֿון פֿאַראַיאָרן.

ווי באַוווּסט, איז אין 2016 פֿאָרגעקומען אַ ממשותדיקער פּראָטעסט מצד די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער אַקטיאָרן, קעגן דעם וואָס די שוואַרצע ווערן אַזוי שוואַך רעפּרעזענטירט צווישן די נאָמינאָנטן און געווינער פֿון די אָסקאַרס.

הײַיאָר האָט מען נאָמינירט נישט ווייניקער ווי זעקס אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער אַקטיאָרן און אַקטריסעס, פֿון סך־הכל, 20. פֿון די נײַן נאָמינירטע פֿילמען ווערן דרײַ פֿון זיי באַטראַכט ווי „שוואַרצע פֿילמען”: די דראַמע „באַהאַלטענע פֿיגורן” (Hidden Figures) — אַ פֿילם אויפֿן סמך פֿון אמתע געשעענישן, וועגן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער פֿרויען אין די 1960ער יאָרן, וועלכע האָבן געהאָלפֿן NASA אין זייער קאָסמאָס־פּראָגראַם; „פּלויטן” (Fences) — וועגן אַ שוואַרצער משפּחה אין די 1950ער יאָרן, מיט דענזעל וואַשינגטאָן ווי דער רעזשיסאָר און הויפּט־אַקטיאָר; און די סאַמע אינטערעסאַנטסטע דראַמע „לבנה־שײַן” (Moonlight) וועגן אַ יונגן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער האָמאָסעקסואַליסט. דערצו ווערט דער פֿילם Loving, וועגן צווישנראַסיקע באַציִונגען, רעפּרעזענטירט דורך דער נאָמינירטער אַקטריסע רות נעגאַ.

די ראַסע־סוגיא און דאָס לעבן פֿון אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער דאָמינירן אויך די קאַטעגאָריע פֿון דעם בעסטן דאָקומענטאַר. דרײַ פֿון די פֿינף נאָמינירטע פֿילמען באַהאַנדלען די טעמעס: „איך בין נישט דײַן נעגראָ” (I Am Not Your Negro) — וועגן דעם מחבר דזשיימס באָלדווינס נישט־פֿאַרענדיקטע זכרונות וועגן מאַלקאָלם X, מאַרטין לוטער קינג און מעדגאַר עווערס; און „דער דרײַצנטער” (13th) וועגן דער דיסקרימינירונג פֿון די שוואַרצע אַרעסטאַנטן אין דער קרימינאַלער גערעכטיקייט סיסטעם. רעזשיסירט דורך אַוואַ דוּווערנײַ, מאַכט דער פֿילם דעם שטאַרקן אַרגומענט אַז די פֿאַרשקאַלאַפֿונג פֿון אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער עקזיסטירט עד־היום אין אַמעריקע צוליב דער תּפֿיסה־סיסטעם.

דער דאָקומענטאַר וואָס האָט מיך אָבער צום מערסטן פֿאַרכאַפּט איז עזרא עדעלמאַנס מיני־סעריע O.J.: Made in America [אָ. דזשיי: געמאַכט אין אַמעריקע]. עדעלמאַן, אַ זון פֿון אַ ייִדישן טאַטן (פּיטער עדעלמאַן, וואָס האָט צווישן אַנדערן געגרינדעט „די נײַע ישׂראל פֿונדאַציע”, NIF) און מאַריאַ רײַט (אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער אַקטוויסטקע), האָט געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן פֿילם, וועלכע פֿאַרטיפֿט זיך אין דעם פּראָצעס וואָס האָט שאָקירט אַמעריקע אין די מיטן 1990ער יאָרן. כּידוע, איז סימפּסאָן, דער געוועזענער שוואַרצער פֿוטבאָל־שטערן, באַשולדיקט געוואָרן אין דעם מאָרד פֿון זײַן געוועזענער פֿרוי, ניקאָל בראַון און איר חבֿר, ראָן גאָלדמאַן — ביידע ווײַסע.

די סעריע הייבט זיך אָן מיט סימפּסאָנס קינדער־יאָרן און ספּאָרט־קאַריערע, און ענדיקט זיך מיט זײַן נעבעכדיקן לעבן נאָכן מישפּט. במשך פֿון זײַן קאַריערע, האָט סימפּסאָן דווקא שטענדיק פּראָבירט וואָס מער זיך דערווײַטערן פֿון אידענטיפֿיצירן זיך ווי אַ שוואַרצער, און האָט זיך אָפּגעזאָגט צום אָנטייל נעמען אין שוואַרצע פּאָליטישע קאַמפֿן. זײַן פֿאָקוס איז אויסשליסלעך געווען ביזנעס און ספּאָרט. אָבער ווי אַ סטראַטעגיע אין משך פֿונעם מישפּט, האָט ער אויסגעניצט דאָס ראַסע־קאַרטל צום פֿולסטן.

עדעלמאַן גיט תּמיד, צוזאַמען מיט סימפּסאָנס פּערזענלעכער געשיכטע, אויך דעם געזעלשאַפֿטלעכן קאָנטעקסט — אַ מעטאָד וואָס העלפֿט אים דאָ שאַפֿן אַ חשובֿן סאָציאַל־געשיכטלעכן דאָקומענט פֿון דער העכסטער מדרגה. ס׳איז אַפֿילו מער אַ חידוש אַז אַזאַ מין דאָקומענט איז פּראָדוצירט געוואָרן דורכן ספּאָרט־קאַנאַל ESPN, וואָס פּראָדוצירט געוויינטלעך נישט קיין מאַטעריאַל פֿון אַ הויכער קוואַליטעט.

נאָך אַן אינטערעסאַנטער דאָקומענטאַר הײַיאָר — וואָס אין דעם פֿאַל האָט עס גאָרנישט צו טאָן מיט צווישן־עטנישע באַציִונגען — איז Life, Animated [דאָס לעבן, אַנימירט]. דער פֿילם איז באַזירט אויף ראָן סוסקינדס בוך מיטן זעלבן נאָמען פֿון 2014. סוסקינדן, אַן אַמעריקאַנער ייִד, האָט זיך אַנטפּלעקט אַז זײַן אויטיסטיש זונדל אָווען, וואָס האָט אַ פּנים פֿאַרלוירן זײַן פֿעיִקייט צו רעדן, איז מסוגל פֿון אויסנווייניק איבערצוחזרן גאַנצע דיסני אַנימירטע פֿילמען. אָט די אַנטפּלעקונג האָט דערמעגלעכט אַן אויסערגעווייטלעכן קאָמוניקאַציע־מיטל פֿאַרן קינד, און דער פֿילם באַשרײַבט דאָס נישט־לײַכטע משפּחה־לעבן בײַ זיי אין שטוב אין משך פֿון צוואַנציק יאָר.

הגם מען קען זיך נישט באַקלאָגן הײַיאָר אַז די אָסקאַרס זענען „צו ווײַס”, דאַרף מען פֿאָרט וואַרטן און זען וויפֿל קוראַזש וועט די האָליוווּדער אַקאַדעמיע אַרויסווײַזן בײַם אויסקלײַבן די געווינערס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.