ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 07, 2017, issue of February 23, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

היסטאָרישער אינסטיטוט וועט פּובליקירן נעמען פֿון 9,686 „עס־עס‘‟־לײַט וואָס האָבן געדינט אין אוישוויץ

IPN זענען די ראשי־תיבות פֿונעם אינסטיטוט פֿאַרן נאַציאָנאַלן זכּרון אין פּוילן. דער טיטל קלינגט אַ ביסל מאָדנע אין ייִדיש. אפֿשר וואָלט „דער פּוילישער היסטאָרישער אינסטיטוט‟ געווען אַ בעסערער טיטל, אָבער מילא.

„אי־פּי־ען‟ האָט דערקלערט אַז אין גיכן וועט ער פּובליקירן די נעמען פֿון 9,686 „עס־עס‟־לײַט וואָס האָבן געדינט אין אוישוויץ־בירקענאַו. דער אינסטיטוט וועט פּובליקירן זייערע נעמען, געבורט־ערטער, געבורט־דאַטעס, ראַנג — און בילדער, אויב בילדער זענען דאָ פֿאַראַן.

וואָס מיט אַ מאָל?

ווײַזט זיך אַרויס אַז פּוילן און ישׂראל האָבן אַן ענלעכע פּראָבלעם מיט דער אַזוי גערופֿענער „הסברה‟. די ישׂראלים קענען נישט מסביר זײַן זייער שטעלונג וואָס שייך דעם קאָנפֿליקט מיט די אַראַבער, און די פּאָליאַקן קענען נישט מסביר זײַן זייער באַציִונג לגבי די ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די פּאָליאַקן האָבן שטאַרק פֿײַנט די באַשולדיקונג, אַז זיי זענען געווען מיטהעלפֿערס אינעם ייִדישן גענאָציד בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די וואָס נוצן דעם באַגריף „פּוילישע אומברענג־לאַגערן‟ ריזיקירן דאָ מיט דרײַ יאָר תּפֿיסה.

די אומברענג־לאַגערן מיט אוישוויץ־בירקענאו בראש, זענען טאַקע געווען אין פּוילן אָבער זענען נישט געווען קיין פּוילישע, זאָגן די פּאָליאַקן מיט רעכט.

נאָר וואָס זשע? די פּאָליאַקן ווילן נישט נוצן דאָס וואָרט „דײַטשן‟ אין שײַכות מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה, און דאָ, ליגט דער הונט באַגראָבן. אַנשטאָט „דײַטשן‟ נוצט מען דאָ די פּאָליטיש קאָרעקטע טערמינען ווי „די היטלעריסטן‟ אָדער „די נאַציס‟. פֿון צײַט צו צײַט האָט מען די העזה צו שרײַבן די „דײַטשישע נאַציס‟ אָדער עפּעס אַזוינס.

ווער סע האָט אַ מאָל געהערט ווי די לעבן־געבליבענע רעדן פֿון יענע צײַטן ווייסט זייער גוט אַז דאָס קינסטלעכע וואָרט „היטלעריסטן‟ קומט נישט אַרויס פֿון זייער מויל. זיי דערציילן, למשל, ווי „די דײַטשן‟ זענען ארײַן אין שטעטל.

בכלל, האָט די וועלט נישט קיין צײַט פֿאַר קיין פּאָליטיש קאָרעקטע ניואַנסן. גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער מיר דאַכט זיך אַז אַזוי לאַנג ווי די פּאָליאַקן וועלן נישט רעדן קיין קלאָרע דיבורים וועגן די דײַטשן, וועט מען מיט דער צייט נישט געדענקען ווער עס זענען די וואָס האָבן דערמאָרדעט אַ פֿערטל מיליאָן ייִדישע קינדער אין אוישוויץ־בירקענאַו.

אַגבֿ, מיר פֿאַרגעסן אָפֿט, אַז היטלער איז נישט געווען דער ערשטער דײַטש וואָס האָט גענוצט זײַן מיליטער כּדי אומצוברענגען אַנדערע פֿעלקער. דער קײַזער ווילהעלם האָט געטאָן די זעלבע זאַך. ווען דײַטשלאַנד האט געהערשט איבער נאַמיביע אין מזרח־אַפֿריקע, האָט זי אומגעברענגט אַכציק פּראָצענט פֿונעם דאָרטיקן הערעראָ פֿאָלק, און פֿופֿציק פּראָצענט פֿונעם נימבאַ פֿאָלק.

ווי אַזוי? די מעטאָדן זענען אונדז אַ ביסל קענטלעך: קאָנצענטראַציע־לאַגערן; דערשיסן מענער, פֿרויען און קינדער; פֿאַרסמען די ברונעמס, און סתּם אויסהונגערן זיי. ווי מיר האָבן שוין דערמאָנט, לויט דעם הײַנטיקן פּאָליטיש־קאָרעקטן לשון, טאָר מען נישט רעדן פֿון קיין „דײַטשן‟. ווער טראָגט זשע פֿאָרט דאָס אַחריות פֿאַר יענעם ערשטן גענאָציד אין צוואָנציקסטן יאָרהונדערט?

איז אַזוי — היות וואָס דײַטשלאַנד האָט דעמאָלט געהאַט אַ קײַזער, טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן גענאָציד אין אַפֿריקע מסתּמא בלויז די „קײַזעריסטן‟, אַזוי ווי די וואָס זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן גענאָציד אין אייראָפּע זענען בלויז די „היטלעריסטן‟.

סײַ די „קײַזעריסטן‟ סײַ די „היטלעריסטן‟ זענען געווען דײַטשן — אָבער דאָס איז מסתּמא בלויז אַ צופֿאַל.


איינער פֿון די לעצטע טשענסטאָכאָווער ייִדן איז ניפֿטר געוואָרן

טשענסטאָכאָווו האָט געהאַט אַ גרויסע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער גרויסער פֿידלער און גרינדער פֿון דער ישראל פֿילהאַרמאָניע, בראָניסלאַוו הובערמען, איז געבוירן געוואָרן אין טשענסטאָכאָוו.

הײַנט, 72 יאָר נאָכן חורבן, איז נישט געבליבן אין טשענסטאָכאָוו אַפֿילו קיין מנין ייִדן. האַלינאַ וואַשילעוויטש, איינע פֿון זיי, איז נאָר וואָס אַוועק אין דער אייביקײט.

האַלינאַ וואַשילעוויטש איז געווען אַ באַשיידענע, סימפּאַטישע פֿרוי. דער שרײַבער און פֿאָטאָגראַף מיקאָלײַ גרינבערג האָט אין זײַן בוך „איך באַשולדיק אוישוויץ‟ געפירט אַן אינטערוויו מיט איר. מיר ברענגען דאָ עטלעכע שורות פֿונעם אינטערוויו ווי א מין עפּיטאַף פֿאר האַלינאַ וואשילעוויטש, עליה השלום.

פֿאַר וואָס איז דײַן משפּחה געבליבן אין טשענסטאָכאָוו נאָך דער מלחמה?

מײַן טאַטע האָט זיך נישט געוואָלט רירן פֿון אָרט. ער האָט געוואַרט.

אויף וועמען?

וואָס הייסט אויף וועמען? אויף זײַן משפּחה. דער טאַטע פֿלעגט זאָגן: מען מוז האָבן אַ ביסל געדולד. ער האָט געוואַרט אויף זײַן איידעם אויך: אַ פּאָליאַק, דער מאַן פון זײַן עלטסטער טאָכטער. ער איז טאַקע געקומען און דערציילט אַז די דײַטשן האָבן זיי געכאַפּט אויף דער גאַס און געשיקט קיין אוישוויץ. דאָרט האָט מען זיי צעשיידט.

ווי לאַנג האָט ער געוואַרט אויף די אַנדערע?

ביז 1972.

וואָס איז דעמאָלט געשען?

דער טאַטע איז געשטאָרבן.

האַלינאַ דערציילט, אַז דער טאַטע פֿלעגט גלעטן אַ גרויס בוך וואָס ער האָט געהאַלטן אויף די קני. ס׳איז געווען אַ טשענסטאָכאָווער „יזכּור־בוך‟, אַרויסגעגעבן אין אויסלאַנד. דאָרט זענען געווען בילדער פֿון זײַן משפּחה, פֿון זײַנע קרובֿים און חבֿרים. דאָרט האָט ער געפֿונען בילדער פון זײַנע טעכטער אין דער ייִדישער שול. זי האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס זענען דאָס פֿאַר אַ טעכטער. זי האָט געמיינט אַז זײַן טאָכטער איז זי!

האַלינאַ האָט ווײַטער דערציילט אז איר גאַנץ קינדהײט האָט זי פֿאַרבראַכט אינעם אָרטיקן קלוב פֿון TSKZ (פֿאַרבאַנד פֿון די פּוילישע ייִדן). דער קלוב איז געווען אין אַ הויז וואָס האָט געהערט פֿאַר דער מלחמה צו אַ רײַכער ייִדישער משפּחה.

ס׳איז געווען זייער אַ שיין הויז מיט אַ פּרעכטיקן גאָרטן. דאָרטן האָט זי זיך געפֿילט פרײַ. דאָרט האָט זי נישט געדאַרפֿט דערקלערן פֿאַר וואָס זי גייט נישט זונטיק אין קלויסטער, פֿאַר וואָס האָט זי נישט קיין משפּחה חוץ טאַטע־מאַמע, און פֿאַר וואָס פֿאָרט זי נישט צום פֿעטער אין דאָרף. אין ייִדישן קלוב איז איר געווען גוט. אַלע קינדער זענען געווען דאָרט אַזוי ווי זי…

די סאַמע לעצטע ייִדן פון טשענסטאָכאָוו גייען אַוועק פֿון אונדז. געבליבן איז זייער רירנדיקער גבֿית־עדות.