אַ געהיימע אָפּעראַציע ברענגט די סירישע פּליטים מאַנטלען

Secret Israeli Operation to Bring Coats to Refugees in Syria

אַ גרופּע ישׂראלדיקע וואָלונטירן פּאַקן אײַן ווינטער־קליידער פֿאַר די סירישע פּליטים
Courtesy of Operation Human Warmth
אַ גרופּע ישׂראלדיקע וואָלונטירן פּאַקן אײַן ווינטער־קליידער פֿאַר די סירישע פּליטים

פֿון דזשאָסעפֿין דאָלסטען (ייִט׳׳אַ)

Published February 12, 2017, issue of February 23, 2017.

די פּליטים אין סיריע וועלן אין גיכן באַקומען געשאָנקענע ווינטער־קליידער אָבער זיי וועלן קיינמאָל ניט וויסן, אַז די מאַנטלען און שטיוול וואָס וועלן זיי באַשיצן פֿון דער קעלט זענען געקומען פֿון מדינת־ישׂראל, אַ לאַנד וואָס סיריע האַלט פֿאַר אַ שׂונה.

אַלע עמבלעמען אָדער עטיקעטן וואָס טראָגן העברעיִשע אותיות ווערן אַראָפּגענומען פֿון די איבער 100 טאָן קליידער וואָס עס האָבן אָנגעזאַמלט דרײַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס, כּדי צו ”באַשיצן די קאַמפּאַניע און אויך די וואָס וועלן באַקומען די קליידער,“ גיט איבער אַ דערקלערונג פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן.

די אָרגאַניזאַציעס וואָס פֿירן אָן מיט דער געהיימער שליחות: די ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונג ”הנוער העובד והלומד“ (באַקאַנט לויט אירע ראָשי־תּיבֿות, הנוע׳׳ל); איר גרופּע פֿאַר עלטערע יונגע לײַט — ”דרור ישׂראל“, און די אָרגאַניזאַציע ”באַקעמף גענאָציד“, האָבן געזאַמלט מער ווי 3,000 קאַסטנס קאָלדרעס, מאַנטלען, שלאָפֿזעק, הענטשקעס און שטיוול ווי אַ טייל פֿון דער איניציאַטיוו ”אָפּעראַציע: מענטשלעכע וואַרעמקייט“.

אַ פֿאָרשטײער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן האָט באַשטעטיקט, אַז מע האָט שוין געבראַכט די אײַנגעזאַמלטע מלבושים און קאָלדרעס צו אַ פֿאַרזאַמלונג־פּונקט. פֿון דאָרטן וועט אַן אַנדער געהילף־אָרגאַניזאַציע וואָס אַרבעט מיט די דרײַ ישׂראלדיקע גרופּעס ליווערן די קאַסטנס צו די פּליטים, וואָס וועלן ניט וויסן פֿון וואַנען זיי זענען געקומען. דער פֿאָרשטייער האָט דערקלערט, אַז ער קען ניט אויסזאָגן דעם אופֿן ווי אַזוי מע וועט ברענגען די קליידער קיין סיריע אָדער ווען זי וועט אָנקומען צוליב דעם סודותדיקן כאַראַקטער פֿון דער אָפּעראַציע.

”מיר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז מענטשן וועלן נישט האָבן קיין חשק צו שטיצן אַ פּראָיעקט, אין וועלכן זיי וועלן ניט באַקומען קיין אָנערקענונג פֿאַר זייער צדקה־געבן,“ האָט באַמערקט גלעד פּרי, דער דירעקטאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלער צוזאַמענאַרבעט בײַ ”דרור ישׂראל“ אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע. ”איך בין געווען פֿאַרחידושט, וואָס פֿאַר אַ טעות איך האָב געהאַט. די ברייטהאַרציקייט פֿון די מענטשן וואָס ווילן אַרויסהעלפֿן די וואָס לײַדן פֿון דער קעלט אויף יענער זײַט גרענעץ אין אַ ׳פֿײַנטלעכן לאַנד׳ האָט מיך שטאַרק גערירט.“

הײַיאָר האָט די איניציאַטיוו, וואָס מע האָט אָנגעהויבן אין 2014, באַקומען מער געשאָנקענע קליידער ווי אין אַלע פֿריִערדיקע יאָרן. מע האָט געזאַמלט די ווינטערדיקע מלבושים אין ייִדישע, אַראַבישע און דרוזישע געגנטן איבער גאַנץ ישׂראל.

”די זאַך וואָס האָט מיך גערירט צום מערסטן איז דאָס זען ווי טויזנטער ישׂראלים פֿון פֿאַרשידענע גלויבנס אַרבעטן צוזאַמען אין אַ הומאַניטאַרער אַקציע,“ האָט פּרי געזאָגט.