„האַלבטענער‟ — אַ מוזיקאַלישער ציקל פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס לידער

Halftones - A Musical Interpretation of Beyle Schaechter-Gottesman's Poetry

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 14, 2017, issue of February 23, 2017.

אין יאַנואַר 2016 האָט דער אָרקעסטער „סימפֿאָניעט‟־רעננה אין ישׂראל פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעם ציקל לידער פֿאַר מעצאָ־סאָפּראַן באַגלייט מיט אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער וואָס בינדט צונויף די לידער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ע׳׳ה מיט אָריגינעלער מוזיק פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמפּאָזיטאָרין אלה מילך־שריף.

אויף דער וועלט־פּרעמיערע פֿון דער קאָמפּאָזיציע האָט די זינגערין לויִזע לינע געזונגען די לידער. דעם גאַנצן מוזיקאַלישן ציקל קען מען זען אויבן.

אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט צו דער צײַט פֿון דער פּרעמיערע האָט די קאָמפּאָזיטאָרין עלאַ מילך־שריף דערקלערט, אַז בײַם לייענען ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס לידער אויף ענגליש, האָט זי גלײַך געוווּסט, אַז זי מוז קאָמפּאָנירן מוזיק דערצו. „כ׳האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז ס׳איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטער אײַנפֿאַל. מײַן גאַנץ לעבן האָב איך זיך דערװײַטערט פֿון דער־אָ שפּראַך (ייִדיש) און פֿון די באַװוּסטע ייִדישע לידער, װי אַן אַנטיטעזע צו אַ שטוב, װוּ מ’האָט גערעדט ייִדיש און פּױליש, און אָט, בין איך געקומען צו ייִדיש אױף אַן אַנדערן אופֿן, דורך מײַן מוזיק.‟