כואַן פּערעז: דער גוייִשער מעקסיקאַנער קלעזמער־שטערן

Juan Perez: The Gentile Mexican Klezmer Star

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 15, 2017, issue of February 23, 2017.

די צײַטונג „The Wall Street Journal‟ האָט לעצטנס באַשריבן דעם גאָר אינטערעסאַנטן פֿאַל פֿונעם מוזיקער כואַן פּערעז, אַ יונגער קלאַרנעט־ און אַקאָרדעאָן־שפּילער וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין דער קלעזמער־מוזיק און פֿירט איצט אָן מיט זײַן אייגענער קאַפּעליע.

כואַן, וואָס שטאַמט פֿון אַ קליין שטעטעלע „כיקאָהצינקאָ‟, אינעם קליינעם מעקסיקאַנער שטאַט „טלאַכצאַלע‟, האָט קיינמאָל ניט באַזוכט קיין שיל און איז קיינמאָל אַפֿילו ניט געפֿאָרן אין אויסלאַנד. ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, האָט ער אַ דאַנק „יוטוב‟־ווידעאָס און אַלטע רעקאָרדירונגען זיך פֿאַרליבט אין דער קלעזמער־מוזיק.

כואַן פּערעז האָט דערקלערט דער The Wall Street Journal אַז ער האָט ליב די קלעזמער־מוזיק ווײַל „עס אַנטהאַלט אין זיך דאָס גאַנצע לעבן — סײַ פֿרייד סײַ טרויער.‟ פּערעז האָט געלערנט עטלעכע פֿון זײַנע חבֿרים ווי אַזוי צו שפּילן די טראַדיציאָנעלע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע מוזיק. זיי שפּילן הײַנט צוזאַמען ווי די קאַפּעליע „על קאָלעקטיוואָ קלעזמאָרינאָ‟ (דער קלעזמער־קאָלעקטיוו). די קאַפּעליע שפּילט אין די הויפּט־סקווערן פֿון דער שטאָט פּועבלאַ. פּערעז טראָגט דערבײַ אַ לאַנגע באָרד און כּמו־חסידישע מלבושים באַנאַנד מיט אַ שוואַרצן הוט.

„איך קען פֿאַרשטיין, ווי אַזוי דאָס וועט אפֿשר עמעצן באַליידיקן,‟ האָט ער דערקלערט דער צײַטונג. „אָבער איך האָב מיט דעם ניט קיין שלעכטער כּוונה.‟ פּערעז האָט ווײַטער דערקלערט, אַז ער באַטראַכט זײַן אופֿן פֿון קליידן זיך ווי אַן אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד די טראַדיציאָנעלע קלעזמאָרים פֿון אַמאָל.

אָט שפּילט די קאַפּעליע „אוי בין איך אַ מזלדיקער ייִד‟, אַ ליד פֿון נתן „פּרינץ‟ נאַזאַראָף וואָס עס האָט לעצטנס פּאָפּולאַריזירט די טריבוט־קאַפּעליע „די ברידער נאַזאַראָף‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.