דײַטשישע ייִדן באַגריסן דעם נײַעם פּרעזידענט פֿון לאַנד

German Jews Welcome Country's New President

פֿראַנק־וואַלטער שטײַנמײַער
Wikimedia Commons
פֿראַנק־וואַלטער שטײַנמײַער

פֿון ייִט״אַ

Published February 15, 2017, issue of February 23, 2017.

דער „צענטראַלער ראָט פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד‟ האָט באַגריסט די ידיעה אַז פֿראַנק־וואַלטער שטײַנמײַער איז דערווײלט געוואָרן ווי דער קומענדיקער דײַטשישער פּרעזידענט. דער ראָט האָט אים באַצייכנט ווי „אַן אָרנטלעכער מענטש און געטרײַער שטיצער פֿון אונדזערע דעמאָקראַטישע ווערטן און אונדזער קאָנסטיטוציע,‟ ווי אויך אַ שטאַרקער שטיצער פֿון מדינת־ישׂראל.

שטײַנמײַער, אַ מיטגליד פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי וואָס האָט אין יאַנואַר אָפּגעטראָטן פֿון זײַן אַמט ווי דער דײַטשישער אויסערן־מיניסטער אונטער דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקל פֿון דער „קריסטליכער אוניע־פּאַרטיי‟, האָט זונטיק געוווּנען אַן אַבסאָלוטער מערהייט מיט 931 פֿון די 1,253 שטימען אין דער דײַטשישער פֿעדעראַלער אַסעמבלעע.

די אַסעמבלעע טרעפֿט זיך בלויז צו דערוויילן דעם דײַטשישן פּרעזידענט, אַן אַמט וואָס איז, דער עיקר, אַ סימבאָלישער. שטײַנמײַער וועט ווערן דער נײַער דײַטשישער פּרעזידענט אין מאַרץ.

יוסף שוסטער, דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן ראָט, האָט געלויבט דעם קומענדיקן פּרעזידענט פֿאַרן „האָבן שטענדיק אונטערגעשטראָכן, אַז ישׂראל האָט דאָס רעכט צו עקזיסטירן און אַז איר זיכערקייט איז ניט קיין ענין וואָס מע מעג דעבאַטירן.‟

שוסטער האָט צוגעגעבן, אַז אַזוי ווי דער איצטיקער פּרעזידענט, יאָאַכים גאַוק, איז שטײַנמײַנער „אַ מענטש פֿון דיאַלאָג, וואָס באַציט זיך צו זײַנע פֿאַרהאַנדלונגס־שותּפֿים מיט גוטמוטיקייט און אָפֿנקייט.‟

פֿאַר דער אָפּשטימונג האָט שטײַנמײַער געזאָגט, אַז ער וועט זיך באַמיִען צו באַקעמפֿן דאָס וואַקסנדיקע געפֿיל פֿון אומזיכערקייט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט.