פּרשת יתרו, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Yisro, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 16, 2017, issue of February 23, 2017.

משה רבינוס שווער, יתרו, האָט דערהערט, אַז ווען ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָט דער אייבערשטער פֿאַר זיי צעשפּאָלטן דעם ים און געוויזן גרויסע ניסים. דערפֿאַר, נישט זײַענדיק לכתּחילה אַ ייִד, האָט יתרו באַשלאָסן צו קומען צו זײַן איידעם אינעם מידבר און זיך מגייר זײַן.

אַחוץ זײַן ראָלע ווי אַ נבֿיא, האָט משה געדינט ווי אַ רבֿ און פֿלעגט אַליין ענטפֿערן אַלע הלכה־שאלות. זײַן שווער האָט פֿאָרגעלייגט אײַנצופֿירן אַ נײַע סיסטעם און אויסצוקלײַבן די בעסטע תּלמידי־חכמים, וואָס זאָלן דינען ווי דיינים.

ווײַטער ווערט אין אונדזער פּרשה דערציילט, ווי אַזוי דער אייבערשטער האָט געגעבן ייִדן די הייליקע תּורה. די ערשטע צוויי מיצוות האָט יעדער ייִד אַליין דערהערט פֿונעם באַשעפֿער, ווערנדיק אויף אַ ווײַל אַ שטיקל נבֿיא. די מפֿרשים דערקלערן, אַז זיי האָבן נישט בלויז דערהערט אַ הימליש קול, נאָר איבערגעלעבט אַ דירעקטע אַנטפּלעקונג פֿון געטלעכקייט. דער רבונו־של־עולם אַליין האָט זיך „אַרײַנגעשטעלט‟ אין די אותיות פֿון די עשׂרת־הדברות; דאָס געטלעכע ליכט האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדן אין אַ נײַעם סאָרט מענטשן, וואָס ווערן אין אונדזער סדרה אָנגערופֿן „סגולה מכּל העמים‟, „ממלכת כּהנים‟ און „גוי קדוש‟ — אַ הייליק פֿאָלק, אויסדערוויילט פֿון אַלע פֿעלקער, וואָס באַשטייט פֿון עובֿדי־השם.

ווי ס׳איז באַקאַנט, הייבן זיך אָן די צען געבאָט פֿון אמונת־השם. דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט צו גלייבן אין אים און געדענקען, אַז ער האָט אויסגעלייזט די ייִדן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. דערנאָך האָט דער באַשעפֿער אָנגעזאָגט נישט צו דינען קיין עבֿודה־זרה. אָט־די צוויי מיצוות, וואָס זענען די שרשים פֿון דער גאַנצער תּורה, האָבן אַלע ייִדן מקבל געווען אויף אַ דירעקטן אופֿן. די אַנטפּלעקונג בײַם באַרג סיני האָט באַלויכטן זייערע נשמות און אָנגעצונדן אין זיי דאָס פֿײַער פֿון ריינער הייליקער אמונה.

די חז״ל זאָגן, אַז איידער יתרו האָט זיך מגייר געווען, האָט ער אָפּגעדינט אַלע עבֿודה־זרות אין דער וועלט. פֿונדעסטוועגן, טראָגט אונדזער פּרשה זײַן נאָמען, הגם די באַהאַנדלטע עיקר־טעמע איז די מתּן־תּורה און די ספּעציעלע ראָלע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ווען דער רבונו־של־עולם וואָלט, חלילה, נישט געגעבן די תּורה, וואָלטן מיר בכלל נישט געוווּסט, ווער יתרו איז געווען. אַדרבה, די גאַנצע וועלט וואָלט נישט געקאָנט עקזיסטירן.

עס קומט אויס, אַז יתרו ווערט אַסאָציִיִרט אינעם נאָמען פֿון אונדזער פּרשה מיטן עצם־ענין פֿון מתּן־תּורה. דערצו, איז זײַן עצה צו שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון דיינים אַרײַנגעשריבן געוואָרן אין דער תּורה ווי איינע פֿון די תּרי״ג מיצוות.

אויפֿן ערשטן בליק באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס. אונדזער פּרשה דערציילט, ווי דער פֿאַרבאָט נישט צו דינען קיין עבֿודה־זרה האָט זיך דערהערט אין יעדער ייִדישער נשמה. דער נאָמען פֿון דער פּרשה, וואָס סימבאָליזירט איר תּוכן, איז אָבער דווקא פֿאַרבונדן מיט אַ מענטש, וועלכער האָט זיך „אויסגעצייכנט‟ מיטן אָפּדינען אַלע מעגלעכע עבֿודה־זרות.

דער בעל־הטורים, אַ קלאַסישער מפֿרש, באַמערקט, אַז די גימטריא פֿון „יתרו‟ און „התּורה‟ איז די זעלבע, 616. אויב אַזוי, ווערט דער ענין פֿון מתּן־תּורה ברמז דערמאָנט אינעם נאָמען פֿון אונדזער פּרשה. דער דאָזיקער נומעראָלאָגישער אָפּטײַטש מאַכט אָבער די קשיא נאָך שאַרפֿער; עס קומט אויס, אַז יתרו, דער געוועזענער געצן־דינער, סימבאָליזירט די הייליקע תּורה אַליין.