העכסט־מאָדערנער מוזיי וועט פֿאַראייביקן ליטוויש שטעטל

State-of-the-Art Museum Will Memorialize Lithuanian Shtetl


פֿון ייִט״אַ

Published February 16, 2017, issue of February 23, 2017.

די אַרכיטעקטן פֿונעם וועלט־באַרימטן „פּולין‟־מוזיי אין וואַרשע וועלן שאַפֿן די פּלענער פֿאַר אַ שפּאָגל־נײַעם ייִדישן מוזיי וואָס וועט פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון אַ געוועזענעם שטעטל אין דער ליטע.

דער מוזיי, וואָס וועט דערעפֿנט ווערן אין 2019, וועט זײַן אַ טייל פֿונעם „אָנדענק־קאָמפּלעקס‟ געווידמעט דעם „פֿאַרלוירענעם שטעטל‟ שאַדעווע, וואָס מע האָט געעפֿנט אינעם ליטווישן שטעטל אין 2015. דער נײַער מוזיי וועט זיך געפֿינען נישט ווײַט פֿון דעם רעסטאַוורירטן ייִדישן בית־עולם, וואָס איז אויך אַ טייל פֿונעם „פֿאַרלוירענעם שטעטל־קאָמפּלעקס‟.

סערגיי קאַנאָוויטש, דער גרינדער פֿונעם „אָנדענק־פֿאָנד פֿאַרן ייִדישן שאַדעווע‟ האָט געזאָגט אַז די פֿינישע פֿירמע Lahdelma & Mahlamäki Architects וועט בויען דעם מוזיי. די זעלביקע פֿירמע האָט געשאַפֿן די פּלענער פֿאַרן „פּולין‟־מוזיי. פּרעלימינאַרע סכעמעס פֿונעם פּלאַן ווײַזן אַז עס וועט אַרײַננעמען עטלעכע פֿאַרבונדענע בנינים.

דער אַרכיטעקט ריינער מאַלאַמעקי האָט דערקלערט אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט אַז די בוי־פּלענער זענען אינספּירירט געוואָרן דורך דער אור־אַלטער ליטווישער אַרכיטעקטור, ווי אויך דורכן דערבײַיִקן בית־עולם און דעם דאָרפֿישן פּייסאַזש לעבן דעם מוזיי.

אַחוץ דעם בית־עולם נעמט דער „פֿאַרלוירענער שטעטל קאָמפּלעקס‟ אַרײַן אַן אָנדענק־סקולפּטור אינעם צענטער פֿון שאַדעווע און דענקמעלער אויפֿן אָרט פֿון דרײַ פּלעצער, וווּ מע האָט מאַסנווײַז דערשאָסן ייִדן בעתן חורבן.

ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט האָט מען דורכגעפֿירט אַ היסטאָרישע אויספֿאָרשונג און געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די שאַדעווער ייִדן.

דער מוזיי וועט זיך באַנוצן מיט אַוואַנסירטע טעכנאָלאָגיעס כּדי צו דערציילן די באַזוכער וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן אין שאַדעווע און ענלעכע ליטווישע שטעטלעך, האָט קאַנאָוויטש געזאָגט. ער האָט צוגעגעבן, אַז די הויפּט־אויסשטעלונג, פֿאַר וועלכער מילדע יאַקוליטע וועט דינען ווי די קוראַטאָרין, וועט זיך פֿאָקוסירן אויפֿן „לעבנסשטייגער, מנהגים, רעליגיע, און דאָס סאָציאַלע, פּראָפֿעסיאָנעלע און משפּחה־לעבן פֿון די שאַדעווער ייִדן.‟

די באַזוכער וועלן זיך אויך דערוויסן וועגן דעם גורל פֿון די אָרטיקע ייִדן בשעתן חורבן. „באַזוכנדיק ׳דאָס פֿאַרלוירענע שטעטל׳ וועט לערנען סײַ די ליטווינער סײַ די אויסלענדישע באַזוכער וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿונעם פֿאַרלוירענעם ליטווישן שטעטל,‟ האָט קאַנאָוויטש געזאָגט.

דער „פּולין‟־מוזיי האָט באַקומען עטלעכע אינטערנאַציאָנאַלע אויסצייכענונגען. באַרבאַראַ קירשנבלאַט־גימבלעט, די הויפּט־קוראַטאָרין פֿונעם „פּולין‟־מוזיי, דינט אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ראָט פֿון עצה־געבער פֿאַרן „פֿאַרלוירענעם שטעטל־מוזיי‟ אין שאַדעווע.