געזעץ־פּראָיעקט באַערט אַמעריקאַנער סאָלדאַט וואָס האָט געראַטעוועט ייִדישע קריגס־געפֿאַנגענע

Bill introduced to Honor US Soldier who Saved Jewish POWs

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 16, 2017, issue of February 23, 2017.

הויפּטסערזשאַנט ראָדי עדמאָנדס
הויפּטסערזשאַנט ראָדי עדמאָנדס

אַ געזעץ־פּראָיעקט אינעם אַמעריקאַנער סענאַט, געשטיצט דורך ביידע פּאַרטייען, וואָלט באַערט אַן אַמעריקאַנער קריגס־געפֿאַנגענער וואָס האָט באַשיצט 200 פֿון זײַנע ייִדישע סאָלדאַטן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה מיט אַ קאָנגרעסיאָנאַלן גאָלדענעם מעדאַל.

דער געזעץ־פּראָיעקט וואָלט אָנערקענט דעם הויפּטסערזשאַנט ראָדריק עדמאָנדס, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט אויסצוזאָגן, וועלכע פֿון זײַנע סאָלדאַטן זענען ייִדן ווען ער איז געווען אַ קריגס־געפֿאַנגענער אינעם דײַטשישן לאַגער Stalag IXA. דער קאָנגרעסיאָנאַלער גאָלדענער מעדאַל איז איינע פֿון די חשובֿסטע אויסצייכענונגען וואָס עס גיט די אַמעריקאַנער רעגירונג.

דער געזעץ־פּראָיעקט האָבן פֿאָרגעלייגט די רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן פֿון טענעסי, באַב קאָרקער און לאַמאַר אַלעקסאַנדער באַנאַנד מיט די דעמאָקראַטישע סענאַטאָרן בען קאַרדין (מערילאַנד) און טים קעין (ווירדזשיניע).

דעם 19טן דעצעמבער 1944 האָט די דײַטשישע אַרמיי גענומען אין פּלען עדוואַרדס בשעת גרויסן שלאַכט אין די אַרדען־בערג (באַקאַנט אויף ענגליש ווי The Battle of the Bulge). ווי דער אַמעריקאַנער אָפֿיציר מיטן העכסטן ראַנג אינעם דײַטשישן לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע האָט ער געטראָגן די אַחריות פֿאַר 1,292 אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. דער דײַטשישער קאָמאַנדיר פֿונעם לאַגער האָט אים באַפֿוילן אָנצוּווײַזן וועלכע פֿון זײַנע סאָלדאַטן זענען געווען ייִדן, כּדי מע זאָל זיי קענען סעגרעגירן פֿון די אַנדערע סאָלדאַטן. ווען עדמאָנדס האָט זיך אָפּגעזאָגט, האָט דער קאָמאַנדיר געצילעוועט זײַן פּיסטויל אין עדמאָנדס קאָפּ און ווידער געפֿאָדערט, ער זאָל אידענטיפֿיצירן די ייִדישע סאָלדאַטן. עדמאָנדס האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז „מיר זענען אַלע ייִדן דאָ,‟ און האָט זיך בכלל אָפּגעזאָגט אויסצוזאָגן וועלכע סאָלדאַטן זענען געווען ייִדן.

„ווען איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דער העלדישער אַקציע פֿונעם הויפּטסערזשאַנט עדמאָנדס וואָס האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון אַמעריקאַנער־ייִדישע סאָלדאַטן אין דײַטשלאַנד, האָט עס מיך דערמאָנט אין דעם פּסוק, אַז ׳ווער עס ראַטעוועט איין לעבן זאָל באַטראַכט ווערן ווי עמעצער וואָס האָט געראַטעוועט די גאַנצע וועלט,׳‟ האָט סענאַטאָר קאַרדין, וואָס איז אַ ייִד, דערקלערט אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט. „אין אַזאַ פֿינצטערער תּקופֿה אין דער מענטשלעכער געשיכטע איז הויפּטסערזשאַנט עדמאָנדס געווען אַ גלאַנציק ליכט, וואָס האָט געפֿאָלגט די באַפֿעלן פֿון זײַן האַרץ כּדי צו טאָן די ריכטיקע זאַך.‟

עדמאָנדס איז אויך פֿריִער אָנערקענט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע Jewish Foundation for the Righteous און דורך „יד־ושם‟ ווי איינער פֿון די „חסידי אומות העולם‟. ער איז דער איינציקער אַמעריקאַנער סאָלדאַט צו באַקומען אַזאַ אויסצייכענונג און בלויז איינער פֿון פֿינף אַמעריקאַנער בירגער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.