ניטאָ קיין פֿרויען אין ישׂראלדיקן „איקעאַ‟־קאַטאַלאָג פֿאַר חרדים

No Women in Israeli IKEA Catalog For Haredi Community


פֿון ייִט״אַ

Published February 22, 2017, issue of February 23, 2017.

„איקעאַ‟, די נעץ קראָמען וואָס פֿאַרקויפֿט מעבל און שטובזאַבן און וואָס איר הויפּטקוואַרטיר געפֿינט זיך אין שוועדן, האָט איצט דרײַ געשעפֿטן אין ישׂראל. לעצטנס האָט עס אָנגעהויבן פֿאַרטיילן אַ באַזונדערן קראָם־קאַטאַלאָג וואָס איז ספּעציעל געצילעוועט אויף די חרדישע ישׂראלים. ווי סע פֿירט זיך בײַ אַלע חדרישע פּובליקאַציעס געפֿינען זיך נישט קיין בילדער פֿון קיין פֿרויען אינעם קאַטאַלאָג.

מע געפֿינט אָבער יאָ פֿאַרשידענע מינים מעבל וואָס אַ סך חרדישע משפּחות קויפֿן, ווי, למשל, וויגעלעך, באַנקבעטלעך און ספֿרים־פּאָליצעס.

לויט אַ שאַצונג אין 2014 פֿונעם „דזשיי־די־סי־ברוקדייל־אינסטיטוט‟, באַטרעפֿן חרדים אַרום 11% פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. אַ גרעסערע פּראָפּאָרציע פֿון דער באַפֿעלקערונג איז סתּם אָרטאָדאָקסיש.

די הויפּטקוואַרטיר פֿון „איקעאַ‟ אין ישׂראל האָט אַרויסגעלאָזט אַ מודעה וואָס גיט צו פֿאַרשטיין אַז צוליבן נאָכפֿרעג פֿון דער קהילה האָט די פֿירמע באַשלאָסן צו לאַנסירן אַ ספּעציעלן רעליגיעזן נוסח פֿונעם סטאַנדאַרדן קאַטאַלאָג. דער אָ קאַטאַלאָג דערלאָזט אַז די אָרטאָדאָקסישע און חרדישע קהילות זאָלן קענען הנאה האָבן דורכצובלעטערן און אָנקוקן די פֿאַרשידענע פּראָדוקטן און באַדינונגען וואָס פּאַסן זיך אַרײַן אין זייער לעבן־שטייגער. כאָטש געוויינלעכע קאַטאַלאָגן לאָזט מען אַרויס סײַ געדרוקטערהייט סײַ אָנלײַן, איז דער חרדישער קאַטאַלאָג צום באַקומען נאָר געדרוקטערהייט. ווי אַלע „איקעאַ‟־קאַטאַלאָגן איז עס פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און די פּרײַזן פֿון דער סחורה זענען די זעלבע ווי אין די אַנדערע קאַטאַלאָגן.

דאָס נישט ווײַזן בילדער פֿון פֿרויען איז אַ חרדישער כּלל נישט נאָר אין ישׂראל. אויך אין מאָנסי, נ״י, דרוקט מען נישט קיין פֿרויענבילדער אין דער צײַטונג „יתד נאמן“. דאָס האָט דווקא דערפֿירט צון אַ מחלוקת בשעת דער פּרעזידענטן־קאַמפּאַניע, ווען מ׳האָט אין דער צײַטונג נישט געוויזן דאָס פּנים פֿון הילאַרי קלינטאָן. די רעדאַקטאָרן פֿון אַזוינע צײַטונגען קלערן אויף, אַז דאָס איז אַן ענין פֿון מינהג און צניעות, און איז שייך אויף אַלע פֿרויען, אַרײַנגערעכנט וועלטפֿירערינס ווי קלינטאָן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע קען מען געפֿינען דאָ: http://www.haaretz.com/jewish.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.