טראָמפּ ווי אַן אַנטיקריסט?

Trump As the the Antichrist?


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 22, 2017, issue of February 23, 2017.

נאָך דאָנאַלד טראָמפּס קומען צו דער מאַכט דעם 20סטן יאַנואַר האָב איך שוין, צום ווייניקסטן, אַ טוץ מאָל געהערט פֿאַרשיידענע טעאָריעס, אַז ער איז דער „אַנטיקריסט‟, די שרעקלעכע אַפּאָקאַליפּטישע חיה־רעה, פֿאָרויסגעזאָגט אין דער קריסטלעכער ביבל. אַחוץ אַ פּאָר אינטערנעץ־דיסקוסיעס, האָב איך עס געהערט פֿון שטאַרק גלייביקע קריסטלעכע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿרויען, וועלכע האָבן געשמועסט אויף דער דאָזיקער טעמע אין אויטאָבוסן און מעטראָ.

אויף דער אינטערנעץ, בפֿרט אין די קרײַזן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט קאָנספּיראָלאָגישע דמיונות, האָבן זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט נײַע פּירושים אויף די אַזוי־גערופֿענע „נבֿואות‟ פֿונעם באַרימטן פֿראַנצויזישן אַסטראָלאָג און דאָקטער, מישעל דע נאָסטראַדאַמוס. זײַנע חסידים גלייבן, אַז נאָסטראַדאַמוס האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז טראָמפּ וועט חרובֿ מאַכן די גאַנצע וועלט, אָנהייבן די דריטע וועלט־מלחמה מיט אַטאָם־באָמבעס און אַרויסברענגען די שוידערלעכסטע שדים פֿון גיהנום.

סײַ אין די ייִדישע, סײַ אין קריסטלעכע ספֿרים ווערן די אַפּאָקאַליפּטישע חבֿלי־משיח אַסאָציִיִרט מיטן קול פֿון טרומייטן. ווי באַלד דאָס ענגלישע וואָרט trumpet (טרומייט) זעט אויס פֿאַרבונדן מיטן נאָמען פֿונעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, קאָן מען אויפֿן סמך פֿון זײַן פֿאַמיליע־נאָמען קאָנסטרויִרן כּלערליי פֿינצטערע השערות וועגן דעם באַלד־קומענדיקן קץ־הימים.

אינעם תּנ״כישן ספֿר־דניאל גייט אַ רייד וועגן דעם „קרן זעירה‟, דעם קליינעם האָרן, וואָס רעפּרעזענטירט אַ מיסטעריעזע מלוכה, וואָס פֿאַרשפּרייט איר מאַכט איבער דער וועלט ווי אַ סימן פֿון חבֿלי־משיח. אַז דער האָרן איז אויף ענגליש trumpet, מעג מען אײַנטײַטשן, אַז דער „קליינער האָרן‟ אין תּנ״ך הייסט Trump. דערצו, ווערט דאָך אינעם פֿראַנצויזישן אָריגינאַל פֿון נאָסטראַדאַמוסעס מיסטישע פֿערזן בפֿירוש דערמאָנט דאָס וואָרט trombe, וואָס קלינגט גענוג ענלעך צום נאָמען פֿונעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט.

לאָמיר אָבער אָפּלאָזן טראָמפּ און באַטראַכטן די טעאָרעטישע פֿראַזע, צי אַזאַ געדאַנקען־גאַנג טרעפֿט זיך אין דער ייִדישער טראַדיציע? נאָסטראַדאַמוס האָט געשטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה; ווען זײַן טאַטע האָט זיך געשמדט און איז געוואָרן אַ קאַטויל, האָט ער בכּיוון אויסגעקליבן אַ נײַעם פֿאַמיליע־נאָמען נאָך דער „בתולה מאַריע‟, Nostre Dame אויף לאַטײַניש. דער זון האָט אויסגעמישט אין זײַנע ווערק קריסטלעכע מאָטיוון, אַסטראָלאָגיע און כּמו־קבלהדיקע חשבונות. זײַן נבֿואה־ווערק, וואָס באַשטייט פֿון איבער 900 פֿיר־שורותדיקע פֿערזן, איז אָנגעשריבן אויף אַן אויסערגעוויינטלעך אומקלאָרן מין פֿראַנצויזיש, אויסגעמישט מיט גריכיש, לאַטײַן, איטאַליעניש און, זייער זעלטן, לשון־קודש. די פֿערזן זענען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע „יאָרהונדערטער‟; קיין קאָנקרעטע דאַטעס ווערן אָבער נישט דערקלערט.

דאָס קאָנטראָווערסאַלע גאונות פֿון נאָסטראַדאַמוס באַשטייט אין דעם, וואָס זײַנע אומקלאָרע רמזים, אָנגעשריבן אויף אַ מישמאַש פֿון לשונות, קאָן מען גרינג אָפּטײַטשן ווי מע וויל. געוויסע שטיצער פֿון הילאַרי קלינטאָן האָבן אויך „דערוויזן‟, אויפֿן סמך פֿון נאָסטראַדאַמוס, אַז זי וועט געווינען די וואַלן. מער פֿינצטער־געשטיממע אָפּטײַטשן פֿון די „נבֿואות‟ האָבן מיט אַ יאָר צוריק פֿאָרויסגעזאָגט, אַז עמעצער וועט דערהרגענען טראָמפּ פֿאַר די וואַלן. צווישן דער ריזיקער צאָל פֿערזן קאָן מען געפֿינען אַן אַסמכתּא צו וועלכע־ניט־איז השערות. איבער 2,000 פּירושים פֿון נאָסטראַדאַמוס זענען שוין געשאַפֿן געוואָרן; דער לייענער קאָן אין זיי געפֿינען שטיצע פֿאַר כּמעט אַלע היסטאָרישע השערות, וואָס זענען נישט מקוים געוואָרן.