פּרשת משפּטים, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Mishpotim, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 23, 2017, issue of February 23, 2017.

נאָך די פֿאָריקע דרײַ פּרשיות, וואָס דערציילן וועגן די דערהויבענע ענינים פֿון יציאת־מצרים און מתּן־תּורה, גייט די תּורה אַריבער צו פּרטימדיקע הלכות, וואָס אין אַ גרויסער מאָס קלינגען פֿאַר נודנע און לאַוו־דווקא אַקטועל. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן פֿון הלכות־עבֿדים, באַהאַנדלונג פֿון שקלאַפֿן, און נעמט אַרום אַזעלכע ענינים ווי מאָרד, פֿאַרכאַפּונג, רויבערײַ, געשלעג און פֿאַרשיידענע מינים בכּיוונדיקן היזק.

אַ טייל דערמאָנטע מיצוות, אַרײַנגערעכנט דעם איסור צו קאָכן מילכיקס און פֿליישיקס צוזאַמען, אָדער דער ענין פֿון תּפֿילה, האָבן אַ דירעקט שײַכות צום טאָג־טעגלעכן ייִדישן לעבן. די קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן דעם אינערלעכן סימבאָלישן באַדײַט פֿון בשׂר־וחלבֿ. די מילך, וואָס די מאַמע פֿון בהמות דערנערט דערמיט זייערע חיהלעך, סימבאָליזירט לעבן און חסד. דאָס ווײַסע קאָליר פֿון די מילכיקע פּראָדוקטן איז מרמז אויף דער ליכטיקייט פֿונעם לעבן. להיפּוך, איז דאָס פֿלייש נישט בלויז אַ סימבאָל פֿון בלוט און טויט, נאָר גופֿא אַ דירעקטער רעזולטאַט פֿון שחיטה. אַ שוחט טאָר נישט אַרײַנקומען מיט אַן אָפֿענעם חלף אין דער שיל; לויטן זעלבן פּרינציפּ, הגם די תּורה דערלויבט אונדז צו עסט ריכטיק געשאָכטענע כּשרע בעלי־חיים, פֿאַרווערט זי אויסצומישן די סימבאָלן פֿון לעבן און טויט.

דאָס דאַוונען איז גאָר אַן אינטערעסאַנטע און יסודותדיקע מיצווה. דער רמב״ן און אַ טייל אַנדערע ראשונים האַלטן נישט, אַז על־פּי־תּורה מוז מען דאַוונען דרײַ מאָל אַ טאָג. די חז״ל האָבן אײַנגעפֿירט דאָס דרײַ־מאָליקע טאָג־טעגלעכע דאַוונען אַנשטאָט די אַמאָליקע קרבנות; לויטן רמב״ן בלײַבט עס אָבער בלויז אַ מיצווה־דרבנן. דער רמב״ם האַלט, אַז דאָס דאַוונען איז יאָ אַ מיצווה־מן־התּורה, אָבער איז אויך מסכּים מיט רבמ״ן, אַז אין דער תּורה ווערט אין ערגעץ נישט געשריבן בפֿירוש, וויפֿל מאָל אַ טאָג און פּינקטלעך ווי אַזוי מע זאָל מתפּלל זײַן.

דער „ערוך־השולחן‟ איז אַ דריטע שיטה, וואָס לייגט זיך שטאַרק אויפֿן שׂכל. הגם דאָס דאַוונען איז נישט צווישן די בפֿירושע תּרי״ג מיצוות, איז עס איינער פֿון די עיקר־יסודות אין ייִדישקייט — העכער פֿון דער פֿאָרגעשריבענער ליסטע פֿון תּורה־אָנזאָגן. אין אונדזער פּרשה שטייט געשריבן: „ועבֿדתּם את ה׳ אלוהיכם, וברך את לחמך ואת מימיך, והסרותי מחלה מקרבך‟ — דינט דעם אייבערשטן, און ער וועט בענטשן דײַן ברויט און וואַסער, און וועט דיך אָפּהיטן פֿון די מחלות. צי מע מוז עס טאָן מדאורייתא, צי נישט, אינעם שטרענג טעכנישן זין, בלײַבט דאָס דאַוונען אַ יסודותדיקער טייל פֿונעם ייִדישן און בכלל מענטשלעכן לעבן. אַדרבה, גרויסע חסידישע צדיקים האָבן געדאַוונט אַ גאַנצן טאָג, און פּשוטע בעל־מלאָכות אין מיזרח־אייראָפּע פֿלעגן זאָגן תּהילים אויף אויסווייניק אַ גאַנצן טאָג בעת זייער אַרבעט. די דרײַ תּפֿילות, וואָס די חז״ל האָבן מחבר געווען, זענען בלויז דער נייטיקער מינימום; די תּורה גיט אונדז דאָ נישט איבער קיין פּרטים, ווײַל דאָס אַראָפּרעדן זיך פֿון האַרץ פֿאַרן רבונו־של־עולם מיט אייגענע אָדער געשריבענע ווערטער איז אַ נאַטירלעכער דרך פֿון עבֿודת־השם אין יעדן מאָמענט.

ס׳רובֿ פֿון איבער 50 מיצוות, וואָס ווערן דערמאָנט אין דער הײַנטיקער פּרשה, האָבן אָבער אַן אומגעוויינטלעכן טעם. די ליסטע פֿון מיצוות אין דער סדרה הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון שקלאַפֿערײַ. נאָך דער עפּישער געשיכטע פֿון יציאת־מצרים, ווען די ייִדישע שקלאַפֿן זענען על־פּי נס געראַטעוועט געוואָרן פֿון מצרים, קלינגט מאָדנע, אַז צווישן די ערשטע מיצוות, וואָס ווערן ווײַטער דערמאָנט אין דער הייליקער תּורה, געפֿינען זיך פּראַקטישע רעגולאַציעס, ווי אַזוי צו קויפֿן און באַהאַנדלען אַ קנעכט.

אין דער אוראַלטער וועלט, ווען שקלאַפֿערײַ איז געווען אָנגענומען ווי אַ נאָרמאַלער סאָציאַלער אינסטיטוט, זענען די ייִדישע הלכות־עבֿדים זיכער געווען אַ גרויסער פּראָגרעסיווער פֿאָרשריט. דער בעל־הבית האָט געמוזט זיך מענטשלעך באַציִען צו זײַנע שקלאַפֿן, באַזאָרגן זיי מיט אַלע נייטיקע באַדערפֿענישן, און זיי ליב האָבן ווי זיך אַליין, לויטן פּרינציפּ „ואָהבֿתּ לרעך כּמוך‟. די פּראַקטישער באַהאַנדלונג פֿונעם דאָזיקן ענין זעט אָבער אויס היפּש פֿאַרעלטערט. מיר ווייסן, אַז יעדער פּרט אין דער תּורה בלײַבט אַקטועל אין אַלע תּקופֿות. אייניקע באַקאַנטע רבנים, אַרײַנגערעכנט הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק, האָבן אויסגעדריקט די השערה, אַז ווען משיח וועט קומען, וועט ער אײַנפֿירן ווידער די שקלאַפֿערײַ; אַזאַ אָפּטײַטש לייגט זיך אָבער בשום־אופֿן נישט אויפֿן שׂכל און קומט, במחילת־כּבֿודו, אין אַ שאַרפֿער סתּירה מיטן תּורה־אידעאַל פֿונעם מענטשלעכן שלימות. די תּורה־הלכות זענען געווען אַ שריט אויפֿן וועג צום באַפֿרײַען זיך אינגאַנצן פֿון שקלאַפֿערײַ; די תּורה דאַרף אונדז פֿירן צו דער עכטער משיחישער פֿרײַהייט, ווען אין דער גאָרער וועלט וועט הערשן גלײַכקייט און ברודערשאַפֿט. נישט שוין זשע קאָן זיך ערנסט פֿאָרשטעלן, אַז מיר וואַרטן אויף דער משיחישער גאולה, כּדי צו קויפֿן שקלאַפֿן, באַשטיינערן מענטשן אויף טויט צוליב געוויסע עבֿירות און אָפּהאַקן די קעפּ פֿון מערדער?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.