מוסולמענער שאַפֿן געלט צו אויפֿצוריכטן וואַנדאַליזירטן בית־עולם אין סיינט־לויִס

Muslims Fundraise to Repair Vandalized Jewish Cemetery in St. Louis

די מוסולמענישע אַקטיוויסטן לינדאַ סאַרסור
Getty Images
די מוסולמענישע אַקטיוויסטן לינדאַ סאַרסור

פֿון שירה האַנאַו (Forward)

Published February 23, 2017, issue of February 23, 2017.

די מוסולמענישע אַקטיוויסטן לינדאַ סאַרסור און טאַרעק על־מעסידי האָבן דינסטיק אָנגעהויבן אַ פֿאָלקס־פֿינאַנציר־אַקציע (crowdfunding, בלע״ז), כּדי צו שאַפֿן געלט צו רעסטאַוורירן אַ בית־עולם אין סיינט־לויִס (מיזורי), וואָס איז דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך וואַנדאַליזירט געוואָרן.

די קאַמפּאַניע, וואָס האָט געצילעוועט צו שאַפֿן 20,000 דאָלאַר, האָט ביז מיטוואָך אין דער פֿרי שוין געשאַפֿן מער ווי $55,000 — כּמעט דרײַ מאָל אַזוי פֿיל ווי זיי האָבן פּלאַנירט.

„מיר זענען איבערגליקלעך,“ האָבן די אָרגאַניזירער פֿון דער אַקציע געשריבן אויף זייער וועבזײַט. „מיר וועלן ווײַטער אָננעמען בײַשטײַערס פֿאַר דעם צוועק. אַלע איבעריקע פֿאָנדן וועט מען אויסניצן כּדי צו העלפֿן אויפֿריכטן אַנדערע וואַנדאַליזירטע ייִדישע בית־עולמס איבערן לאַנד.“

כּמעט צוויי הונדערט מצבֿות האָט מען איבערגעקערט אָדער געשעדיקט אינעם בית־עולם „חסד־של־עולם“. אינעם זעלבן סוף־וואָך זענען עלעף ייִדישע קהילה־צענטערס געסטראַשעט געוואָרן מיט אַ באָמבע. דער בית־עולם איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1893 דורך אַ גרופּע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד.

סאַרסור און על־מעסידי האָבן בײַם שאַפֿן געלט אַרויסגעהויבן די קאָאָפּעראַציע צווישן ייִדן און מוסלומענער אינעם קאָראַן.

„דורך דער קאַמפּאַניע“, האָבן זיי געשריבן, „האָפֿן מיר צו שיקן אַ פֿאַראייניקטע ווענדונג פֿון די ייִדישע און מוסולמענישע קהילות, אַז אַמעריקע איז נישט קיין אָרט פֿאַר אַזאַ שׂינאה, חילול־השם און רציחה“.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.