„עס וווינען נאָך ייִדן דאָ” — אָבער אויף ווי לאַנג?

There Are Jews Here. But for How Long?

עלי באַלק אויף איר בת־מיצווה מיט איר פֿאָטער ברײַען באַלק אין לאַטראָב, פּענסילוואַניע
עלי באַלק אויף איר בת־מיצווה מיט איר פֿאָטער ברײַען באַלק אין לאַטראָב, פּענסילוואַניע

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 24, 2017, issue of February 23, 2017.

שוין צענדליקער יאָרן באַמערקט מען אַ וואַקסנדיקן פּאָליטישן און קולטורעלן שפּאַלט אין אַמעריקע צווישן די גרויסע שטעט און די קליינע שטעטלעך.

די דאָזיקע טענדענץ איז לעצטנס געוואָרן אַ בולטער טייל פֿונעם נאַציאָנאַלן צײַטגײַסט צוליב דעם אומדערוואַרטן נצחון פֿון פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ אין די נאָוועמבער־וואַלן, ווען די מעדיע־לײַט און פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן האָבן בכלל ניט פֿאָרויסגעזען, אַז די וויילער אין „מיטל־אַמעריקע” איז שוין נימאס געוואָרן דער פּאָליטישער סטאַטוס־קוואָ אויף אַזוי ווײַט, אַז זיי וועלן גיכער אויסקלײַבן אַ כאַריזמאַטישן ביליאָנער אָן קיין שום פּאָליטישער דערפֿאַרונג, איידער אַ הויך־קוואַליפֿיצירטע פּאָליטיקערין און דיפּלאָמאַטקע.

די עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און רעליגיעזע אונטערשיידן צווישן די ריזיקע דאָרפֿישע טיילן פֿון לאַנד וואָס האָבן מער געשטימט פֿאַר טראָמפּ, און די קליינטשיקע אינדזלען פֿון גאָר־הויך־באַפֿעלקערטע שטעט און פֿאָרשטעט וואָס האָבן מער געשטימט פֿאַר קלינטאָן ווערן אויך אָפּגעשפּיגלט אויף דער ייִדישער גאַס. זינט די 1970ער יאָרן באַמערקן די סאָציאָלאָגן, אַז עס גייען אונטער זייער אַ סך ייִדישע קהילות אין די קלענערע שטעטלעך צוליב דעם, וואָס די יונגע ייִדן פֿאַרלאָזן די קליינע שטעטלעך אין ”מיטל־אַמעריקע“ און זוכן נאָך גרעסערע גליקן אין די גרויסע שטעט.

אַזוי אַרום וואַקסט אויך די שפּאַלטונג צווישן די גרויסע ייִדישע קהילות אין שטעט ווי פּיטסבורג, פּענסילוואַניע און סאַן־אַנטאָניאָ, טעקסאַס (שוין אָפּגערעדט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק) וווּ מע קען געפֿינען פֿאַרשידנאַרטיקע מנינים, שילן, ייִדישע קהילה־צענטערס און ייִדישע טאָגשולן — און די קליינטשיקע קהילות אין די שטעטלעך צוויי שעה אַוועק, וווּ מע קען קוים צונויפֿזאַמלען אַ מנין אין דער איינציקער שיל אין שטעטל.

אין אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם פֿון די רעזשיסאָרן ברעד ליכטענשטײַן און מאָרגאַן עליס־דזשאָנסאָן There are Jews Here (עס וווינען נאָך ייִדן דאָ) שילדערט מען דאָס לעבן פֿון פֿיר ייִדישע קהילות, וואָס האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט בליִענדיקע שילן, אָבער וואָס גייען איצט אונטער.

אין לאַטראָב, פּענסילוואַניע (אַ שטעטל פֿון 8,800 מענטשן וואָס געפֿינט זיך אַן ערך 40 מײַל אַוועק פֿון פּיטסבורג), דערקלערט מיקי ראַדמאַן, דער 82־יעריקער פּרעזידענט פֿון דער היסטאָרישער שיל ”בית־ישׂראל“ (געגרינדעט אין 1907) אַז ער איז צווישן די ייִנגסטע ייִדן אינעם שטעטל. אַ מנין קען מען צונויפֿזאַמלען בלויז אַ דאַנק דעם וואָס איין משפּחה, די משפּחה באַלק, קומט יעדן פֿרײַטיק פֿון פּיטסבורג, כּדי מע זאָל האָבן זעקס פֿון די נייטיקע צען מתפּללים. די משפּחה, איבערהויפּט דער זיידע דוד באַלק (אַ געבוירענער אין לאַטראָב וואָס איז שוין אין די 90ער), וויל אַז די שיל זאָל בלײַבן אָפֿן כאָטש גענוג לאַנג, אַז זײַן אייניקל עלי, זאָל דאָרטן קענען פּראַווען איר בת־מיצבֿה.

אין לאַרעדאָ, טעקסאַס, אויף דער מעקסיקאַנער גרענעץ, פּרובירט אורי דרוקער, דער פּרעזידענט פֿון „אגודות אחים”, די איינציקע שיל אין דער קהילה פֿון 130 ייִדישע נפֿשות, ווידער אויפֿצולעבן די אָרטיקע שיל, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַלע ראָטן אים, ער זאָל זיך גיכער איבערציִען קיין סען־אַנטאָניאָ (155 מײַל אַוועק), וווּ עס געפֿינט זיך אַ ממשותדיקע ייִדישע קהילה. בעת אורי באַדויערט דעם נעבעכדיקן מצבֿ פֿונעם ייִדישן לעבן אין לאַרעדאָ, לערנען זיך דאָרט ווײַטער אַ ריי שפּאַניש־רעדנדיקע גרים (אַרײַנגערעכנט זײַן פֿרוי סוזי) די עיקר־פּרינציפּן פֿון ייִדישקייט, כּדי צו קענען געהעריק אָנטייל נעמען אינעם לעבן פֿון זייער שיל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.