קראָקאָווער ייִדישער קהילה־צענטער וועט שאַפֿן אַ פֿאָרשול

Krakow JCC to Create Jewish Nursery School


פֿון ייִט״אַ

Published February 24, 2017, issue of February 23, 2017.

דער „קראָקאָווער ייִדישער קהילה־צענטער‟ האָט באַקומען אַ מתּנה פֿון $500,000 פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה פֿון עריק און עריקאַ שוואַרץ‟, דער סאַמע־גרעסטער בײַשטײַער וואָס עס האָט אַמאָל באַקומען די אָרגאַניזאַציע.

די געלטער וועלן אונטערשטיצן דאָס שאַפֿן אַ פֿאָרשול אינעם ייִדישן קוואַרטאַל קוזמיר. עס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל זינט דעם חורבן, וואָס די קראָקאָווער ייִדן וועלן האָבן אַ פֿולצײַטיקע פּלוראַליסטישע קינדערהיים. די שול וועט זיך עפֿענען אין האַרבסט.

די פֿאָרשול, מיטן נאָמען „פֿריידע‟, וועט באַזאָרגן די קינדער מיט אַ פֿולשטענדיקער ייִדישער דערציִונג וואָס לייגט דעם טראָפּ אויף די ייִדישע יום־טובֿים, געשיכטע, און אידענטיטעט. דער נײַ־אויספּלאַנירטער לאָקאַל ווערט באַשאַפֿן בשותּפֿות מיט די אָנפֿירנדיקע קינדער־פּעדאַגאָגן אין פּוילן, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל.

„די יאָרן איידער אַ קינד הייבט אָן גיין אין שול שאַפֿן אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך צו לערנען וועגן דער ייִדישער קולטור און די ייִדישע ווערטן און טראַדיציעס,‟ האָט דערקלערט עריקאַ שוואַרץ אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט. „מיר זענען צופֿרידן, וואָס מיר קענען דערמעגלעכן די קראָקאָווער ייִדישע משפּחות וועלן קענען שיקן זייערע קינדער אין אַ פֿאָרשול וואָס וועט צושטעלן דעם פֿונדאַמענט פֿאַר די ייִנגסטע קהילה־מיטגלידער.‟

דער „קראָקאָווער ייִדישער קהילה־צענטער‟ האָט אויך באַקומען אַ בײַשטײַער פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון ראָנאַלד לאַודער‟, וואָס וועט דעקן די הוצאָות צו באַוואָרענען די פֿאָרשול מיט עפֿעקטיווע זיכערהייט־מיטלען. לאַודער איז געווען דער ערשטער פֿילאַנטראָפּ צו שענקען ריזיקע סומעס געלט כּדי ווידער אויפֿצושטעלן דאָס ייִדישע לעבן אין פּוילן, אַרײַנגערעכנט דאָס רעסטאַוורירן דעם ייִדישן קוואַרטאַל קוזמיר בײַנאַנד מיט זײַנע זיבן היסטאָרישע שילן, ווי אויך דאָס אונטערשטיצן אַ ריי דערציִערישע איניציאַטיוון פֿאַר די קראָקאָווער ייִדן.

דער „קראָקאָווער ייִדישער קהילה־צענטער‟ האָט זיך געעפֿנט אין 2008, אַ דאַנק אַ בײַשטײַער פֿונעם ענגלישן פּרינץ טשאַרלס. דער צענטער פֿאַרמאָגט הײַנט מער ווי 600 אַקטיווע מיטגלידער, אַרײַנגערעכנט 75 ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און דינט אויך ווי אַן אָרט, וווּ די ייִדישע טוריסטן פֿון אויסלאַנד קענען זיך באַקענען מיטן קראָקאָווער ייִדישן לעבן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.