נע־ונד אין דער ייִדישער ליטעראַטור

Picaresque in Jewish Literature

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 26, 2017, issue of March 29, 2017.

דער אײראָפּעיִשער ליטעראַרישער רעאַליזם האָט אַנטװיקלט אינעם 18טן־19טן יאָרהונדערט דעם זזשאַנער פֿון „בידלונגס־ראָמאַן“, װאָס האָט געשילדערט די אױספֿורעמונג פֿון אַ מאָדערנער פּעזענלעכקײט דורך בילדונג.

דער אױפֿבלי פֿונעם דאָזיקן זשאַנער איז זיך צונױפֿגעפֿאַלן מיטן אױפֿקום פֿון מאָדערנע נאַציאָנאַלע מלוכות, און דער נײַער אױסגעבילדעטער העלד האָט געדינט אַ ליטעראַרישער מוסטער פֿאַר אַ מאָדערנעם מענטש און אַ בירגער. די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור איז אַנטשטאַנען אונטער דער השפּעה פֿון דער השׂכּלה, װאָס האָט געזוכט אַריבערצופֿלאַנצן אײראָפּעיִשע אידעען אױפֿן ייִדישן באָדן. אָבער אַנשטאָט דעם בילדונגס־ראָמאַן האָט די ייִדישע ליטעראַטור אױסגעהאָדעװעט אַן אַנדער מין ראָמאַן, דעם „פּיקאַרעסק“, אָדער, װי מרים אודעל פֿאַרייִדישט דעם דאָזיקן באַגריף, „פּליט־ראָמאַן“.

אודעל טענהט אין איר נײַעם בוך „קײן מאָל בעסער! דער מאָדערנער ייִדישער פּיקאַרעסק“, אַז דװקא דער דאָזיקער העלד, אַ הײמלאָזער ייִדישער נע־ונדניק, װאָס װאַלגערט זיך איבער דער װעלט, איז געװאָרן דער עיקרדיקער מאָדערנער ייִדישער טיפּ. זײַן ליטעראַרישער עלטער־זײדע איז געװען דער שפּאַנישער ריטער דאָן קיהאָט, און זײַן טאַטע איז געװען מענדעלעס בנימין השלישי. פֿון זײ שטאַמט אַ גאַנץ ליטעראַריש געזינדל פֿון פֿיגורן אין די װערק פֿון שלום עליכם, ישׂראל ראַבאָן, י. י. זינגער און יצחק באַשעװיס, װי אױך בײַ די רוסישע מחברים איליאַ ערענבורג, יצחק באַבעל, דעם דײַטשישן שרײַבער יוסף ראָט, ביז צו דעם אַמעריקאַנער סאָל בעלאָו און דעם ישׂראלי דוד גראָסמאַן.

להיפּוך צו דעם אַקטיװן העלד פֿונעם בילדונגס־ראָמאַן, איז דער פּליט אַ פּאַסיװע פֿיגור, װאָס האָט אַ קנאַפּע שליטה איבער דעם, װאָס עס טרעפֿט זיך מיט אים. דאָס שפּיגלט אָפּ דעם פּאַסיװן מצבֿ פֿון ייִדן אין דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט, אָבער דװקא אָט די פּאַסיװקײט איז זײער אופֿן פֿון װידערשטאַנד, װאָס דערמעגלעכט זײ איבערצולעבן כּלערלײ צרות. דער פּליט לערנט זיך ניט קײן ”בילדונג“ פֿון זײַן דערפֿאַרונג, װאָס װערט געשילדערט װי אַ קײט פֿון טרעפֿונגען אָן קײן שום אינערלעכער לאָגיק אָדער זין.

אודעל ציט די קײט פֿון מענדעלעס בנימין צו שלום־עליכמס מאָטל און מנחם־מענדל, און װײַטער, דורך דעם אַנאָנימען העלד פֿון ראַבאָנס „די גאַס” און בנימין לערנער פֿון י. י. זינגערס ”שטאָל און אײַזן“ ביז יצחק באַשעװיסעס אַמעריקאַנער ראָמאַנען „שׂונאים” און „שאָטנס בײַם האָדזאָן”. דער פּליט, װאָס האָט זיך מציל געװאָרן פֿון די פּאָגראָמען, רדיפֿות און חורבנות אין דער אַלטער הײם, האָט זיך בשלום אַריבערגעקליבן קײן אַמעריקע אָדער ארץ־ישׂראל און לעבט װײַטער בשלום אין דער איצטיקער אַמעריקאַנער און העברעיִשער ליטעראַטור.

די העלדן פֿון אָט די ראָמאַנען פֿאַרבלײַבן לײדיקע מאַנצבילן, װאָס זײַנען ניט ביכולת אונטערצוהאַלטן פֿעסטע באַציִונגען מיט פֿרױען, צו האָבן משפּהות און קינדער: „עס איז ניטאָ קײן לענרקורס, ניטאָ קײן גאולה, און ניטאָ קײן עפֿענונג אין אַ צוקונפֿט, װוּ מען קען נוצן דאָס, װאָס מען האָט זיך אָנגעלערנט פֿון דער געשעענער דערפֿאַרונג.“ אַזױ װי מאָטל און מנחם־מענדל, ענדערט זיך דער פּליט קיין מאָל ניט. זײַן דערפֿאַרונג האָט ניט קײן אײַנפֿלוס אױף זײַן כאַראַקטער, װאָס בלײַבט דער אײגענער אונטער פֿאַרשידענע אומשטאַנדן.

די פֿיגור פֿון אַ פּליט איז אַ ליטעראַרישער כּלי, װאָס דערמעגלעכט דעם ייִדישן מחבר צו באַהאַנדלען קריטיש די גאַנצע מאָדערנע תּקופֿה, װוּ ייִדן זײַנען לרובֿ געװען פּאַסיװע קרבנות און ניט קײן אַקטיװע טוערס. אודעלס אַנאַליז איז מערסטנס אַ ליטעראַרישער. זי באַזירט אירע קריטישע חקירות אױף מיכאַיִל באַכטינס טעאָריע פֿונעם ראָמאַן װי אַ פֿילשטימיקן זשאַנער װי אױך אױף די פֿאָרשונגען פֿונעם „פּיקאַרעסקער“ זשאַנער אין אַנדערע ליטעראַטורן. אַזױ אַרום שטעלט זי צונױף דעם ייִחוס־בריװ פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור מיטן פּליט װי די צענטראַלע פֿיגור. דער סאָציאַל־היסטאָרישער און בפֿרט דער פּאָליטישער אַספּעקט פֿונעם דאָזיקן זשאַנער שפּילט דערבײַ ניט קײן עיקרדיקע ראָלע. 

עס װאָלט געװען אַן אינטערעסאַנטער אױפֿטו צו באַטראַכטן מער פּרטימדיק דװקא דעם פּאָליטישן הינטערגרונט פֿון אָט דער מערקװירדיקער סימבאָלישער פֿיגור פֿון ייִדישן נע־ונדניק װי אַ מין אינערלעך־ייִדישע פּאָליטישע קריטיק. דער פּאָליטישער סדר־היום איז גאַנץ בולט שױן אין מענדעלעס „מסעות בנימין השלישי“, דעם ראָמאַן, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן העכער װי צװאַנציק יאָר נאָך דער צײַט פֿון דער קרימער מלחמה, װאָס װערט דאָרט געשילדערט. דורך די פֿיגורן פֿון בנימין און סענדערל אַנטפּלעקט מענדעלע די אָפּגעשטאַנענקײט פֿונעם רוסישן ייִדנטום, פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער ליבעראַלער תּקופֿה אין דער צײַט פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן. שלום־עלימס מנחם־מענדל, װי עס האָט דערװיזן דער סאָװעטישער פֿאָרשער מאיר װינער, איז געװען דער קרבן פֿונעם קלײן־בירגערלעכן חלום צו װערן אַ גבֿיר „װי בראָדסקי“. אַזױ אַרום קאָן מען זאָגן, אַז דער פּליט איז טאַקע אַ סימבאָלישע פֿיגור, װאָס דינט װי אַ ליטעראַרישער מכשיר פֿאַר דער אינעװײניקער ייִדישער פּאָליטישער קריטיק.

עס איז מערקװירדיק, װי אַנדערש װערט דאָס פּאָליטישע פּנים פֿונעם פּליט־העלד אין באַשעװיסעס װערק נאָכן חורבן. באַשעװיס האָט אַ קנאַפּן מיטלײַד פֿאַרן דאָזיקן טיפּ און מאָלט אים אָפֿטמאָל קאַריקאַטוריש־גראָטעסק, װי, למשל, די געשטאַלט פֿון יאַשע קאָטיק, דעם אײביקן פּליט, װאָס איז געװאָרן דערפֿאָלגרײַך אין אַמעריקע (דאָס דאָזיקע פּאַרשױן אין „שאָטנס בײַם האָדסאָן“ טראָגט געװיסע סימנים פֿונעם באַרימטן דײַטשיש־ייִדישן אַקטיאָר אלכּסנדר גראַנאַך). אין דער גאָלדענער מדינה איז מנחם־מענדלס חלום מקוים געװאָרן, אָבער דאָס האָט ניט געביטן דעם כאַראַקטער פֿונעם ייִדישן פּליט.