אַ קהילה פֿון קאַראַיִמער ייִדן — נאָענט צו סאַן־פֿראַנציסקאָ

Karaite Jews Keep Ancient Movement Alive Near San Francisco

די קאַראַיִמער ייִדן דאַווענען קניִענדיק אויף ד׳רערד, ווי מע זעט דאָ בײַ דער „קהילת בני־ישׂראל“ אין דיילי־סיטי, קאַליפֿאָרניע
Courtesy of Karaite Jews of America
די קאַראַיִמער ייִדן דאַווענען קניִענדיק אויף ד׳רערד, ווי מע זעט דאָ בײַ דער „קהילת בני־ישׂראל“ אין דיילי־סיטי, קאַליפֿאָרניע

פֿון דוד א. מ. ווילענסקי (ייִט״אַ)

Published February 26, 2017, issue of March 29, 2017.

אַז מע טרעט אַרײַן אין דער „קהילת בני־ישׂראל“ אין דיילי־סיטי, לעבן סאַן־פֿראַנציסקאָ, זעט עס מער־ווייניקער אויס ווי אַ טיפּישע שיל: אַן אָרון־קודש, אַן אָנדענק־טאָוול, אַ געשטעל מיט תּליתים.

נאָר וואָדען? אַז מע קומט אַרײַן טוט מען זיך אויס די שיך, ווי משה רבנו האָט עס געטאָן פֿאַרן סנה אויפֿן באַרג סיני. די ציצית אויף די תּליתים זענען געפֿאַרבט, געקניפּט און געוויקלט אויף אַן אומגעוויינלעכן שטייגער. מתפּללים זיצן אָדער קניִען אויף דער ערד, און אַז זיי בייגן זיך אײַן רירן זיי אָן דעם קאָפּ צו דער ערד. די תּפֿילות האָבן אַן אייגנאַרטיקע סטרוקטור און דער קלאַנג איז בפֿירוש אַ מיטל־מיזרחדיקער.

„בני־ישׂראל“ איז די איינציקע קאַראַיִמער שיל אין צפֿון־אַמעריקע, און סע דינט דער גרעסטער גלות־קהילה פֿון די קראָים — די גרופּע וואָס האָט זיך היסטאָריש אָפּגעשפּאָלטן פֿונעם הויפּטשטראָם פֿון רבנישן ייִדישקייט העט אין 8טן י״ה. אַרום 800 מיטגלידער וווינען גענוג נאָענט צו דער שיל, צו קענען צוקומען מיט אַן אויטאָ.

די קראָים שיידן זיך אונטער פֿון רבנישע ייִדן דערמיט וואָס זיי פֿאָלגן נאָר די תּורה־שבכּתבֿ, דער געשריבענער תּורה, און וואַרפֿן אָפּ די מינהגים און פּירושים פֿון דער תּורה־שבעל־פּה — דעם תּלמוד און אַנדערע רבנישע מקורים.

ווי אַזוי זענען די קאַראַיִמישע מינהגים אַנדערש? למשל, די רבנים האָבן געפּסקעט אַז מע טאָר נישט אָפּקאָכן אַ ציגעלע אין דער מאַמעס מילעך, ווי סע שטייט אין דער תּורה, אָבער האָבן עס אויסגעברייטערט אַז מע זאָל בכלל נישט אויסמישן מילכיקס מיט פֿליישיקס. די קראָים טײַטשן אָבער אויס אַז מע מעג יאָ אויסמישן פֿליישיקס און מילכיקס וואָס שטאַמען פֿון פֿאַרשידענע חיות, און אַז יעדע קהילה — און יחיד — קען אַליין באַשליסן פֿאַר זיך ווי שטרענג אָדער מקיל צו זײַן. קראָים האָבן יאָ אָנגענומען געוויסע רבנישע טראַדיציעס, למשל, בר־מיצווה, אָבער אָפּגעוואָרפֿן אַנדערע, למשל, זיי פּראַווען נישט חנוכּה, ווײַל דאָס מערקט אָפּ געשעעענישן וואָס זענען פֿאָרגעקומען טויזנט יאָר נאָך דער געשריבענער תּורה.

די קראָים האָבן גוט געלעבט מיט די אַנדערע ייִדן ביזן 10טן י״ה, ווען דער רבנישער חכם סעדיה גאָון האָט אַראָפּגעריסן די קראָים ווי ”משומדים“ און האָט זיי געפּרוּווט אויסשליסן פֿונעם ייִדישן כּלל. די באַציִונגען צווישן די צוויי ייִדישע קהילות האָבן זיך פֿאַרבעסערט אין משך פֿון די יאָרהונדערטער, אָבער ערגעץ וווּ שטעקט נאָך אַלץ אַ שטיקל פֿונעם אַנטאַגאָניזם.

אַ סך פֿון די קראָים זענען פֿון מיצרישן אָפּשטאַם און אַ צאָל זאָרגן זיך וועגן דער צוקונפֿט, וועגן דעם ווער סע וועט צוציִען זייערע קינדער און אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע ייִדן צו דער קאַראַיִמישער טראַדיציע.

כּדי בעסער צו באַקענען דעם ייִדישן עולם מיט דער אוראַלטער קהילה האָבן די פֿירער פֿון דער קאַליפֿאָרניער גרופּע לעצטנס גענומען רעמאָנטירן דעם איצטיקן בנין וואָס באַטרעפֿט 3,500 קוואַדראַטפֿוס, און אויפֿבויען אַ קאַראַיִמער ייִדישן קולטור־צענטער פֿון טויזנט קוואַדראַטפֿוס די גרייס וואָס זאָל דינען ווי אַ דערציִונג־פּראָגראַם, מוזיי און געזעלשאַפֿטלעכן צענטער.

אין ישׂראל עקסיסטירט שוין אַ צענטער פֿון דער קאַראַיִמער קולטור־ירושה, אָבער דער אין קאַליפֿאָרניע וועט זײַן דער איינציקער אין אַ גלות־לאַנד.

הײַנט געפֿינען זיך אַרום 30,000 קראָים אין ישׂראל, און 1,500 אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קליינע קהילות ווי, למשל, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, טערקײַ און רוסלאַנד. ביזן צוואָנציקסטן יאָרהונדערט האָבן אַ סך געוווינט אין אַראַבישע לענדער; צווישן די אָנגעזעענסטע קאַראַיִמישע קהילות איז געווען די אין קאַיִר, וווּ ס׳האָבן אַ מאָל געוווינט אַרום 5,000 קראָים פּונקט לעבן דעם הויפּטשטראָם פֿון ייִדישן קוואַרטאַל. טאַקע פֿון קאַיִר זענען אָנגעקומען די ערשטע קראָים אין דער סאַן־פֿראַנציסקער געגנט.

דער צענטער וועט מקוים ווערן אַ דאַנק די חלומות און שטרעבונגען פֿון דוד עובֿדיה, אַ סטרוקטור־אינזשעניר און קאַראַיִמער, וואָס איז געקומען פֿון מצרים צו דרײַצן יאָר אין 1963, און זײַן ווײַב מעריעלען הימעל־עובֿדיה, אַ געניטע געלטשאַפֿערין, וואָס האָבן געשאַפֿן דאָס געלט און פֿירן אָן מיטן רעמאָנט. עובֿדיהס גלויבן אין דער קהילה האָט זיך אויף קיין האָר נישט געוואַקלט, און ער האַלט אַז די קהילה וועט ווײַטער לעבן נאָך טויזנט יאָר.

וועגן דער אָ קהילה קען מען לייענען אין אַ קאַראַיִמישן בלאָג פֿון שאָן ליטשאַאַ, [A (http://abluethread.com/)[Blue Thread. ליטשאַאַ האָט אויך געעפֿנט אַ דרוקערײַ וואָס צילעוועט אַרויסצוגעבן אוראַלטע קאַראַיִמישע מאַנוסקריפּטן, ס׳רובֿ אויף אַראַביש, און זיי צושטעלן דער אַלוועלטלעכער קאַראַיִמישער קהילה, ווי אויך דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. אין פֿעברואַר 2016 האָט דאָס דרוקערײַ שוין אַרויסגעגעבן אַ קאַראַיִמישן פּירוש פֿונעם 12טן י״ה אויף מגילת־אסתּר. ליטשאַאַ פּלאַנירט אויך צו לאָזן אויף אַ דירעקטן שטראָם די קלאַסן פֿונעם צענטער, כּדי צו דערגרייכן אַ ברייטערן עולם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.