ידיעות פֿון װאַרשע

News From Warsaw

יעקבֿ גראָס
ALEKSANDRA KROL
יעקבֿ גראָס

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 28, 2017, issue of March 29, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

יעקבֿ גראָס, װאָס האָט דיגיטאַליזירט ייִדישע פֿילמען פֿון פּױלן, איז געשטאָרבן

אין תּל־אָבֿיבֿ איז אַוועק אין דער אייביקײט אין עלטער פֿון 67 יאָר יעקבֿ (יענקעלע) גראָס, דער זון פֿון נתן גראָס, דער באַוווּסטער פּוילישער ייִדישער פֿילם־רעזשיסאָר און פֿילם־היסטאָריקער.

יעקבֿ גראָס איז געשטאַנען במשך פֿון לאַנגע יאָרן בראש פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילמאַרכיוו אין ירושלים. אין די לעצטע יאָרן האָט ער זיך באַמיט צו ראַטעווען די שעפֿערישע אַרבעט פֿון זײַן טאַטן.

יעקבֿ גראָס איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש אין יאָר 1949. די משפּחה האָט עמיגרירט קיין ישׂראל וווּ יעקבֿ גראָס האָט געענדיקט טעאַטער־ און קונסט־לימודים אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט.

ער האָט דיגיטאַליזירט אויך ייִדיש־רעדנדיקע פֿילמען וואָס זײַן טאַטע און אַנדערע האָבן געמאַכט אין פּּוילן נאָך דער מלחמה און זיי ממש געראַטעוועט פֿאַר די קומנדיקע דורות.

אויף אַזאַ אופֿן האָט ער קאָנסערװירט דעם פֿילם וועגן דער ערשטער צערעמאָניע בײַם ראַפּאַפּאָרט געטאָ־דענקמאָל אין יאָר 1948, ווען וואַרשע איז נאָך געווען כּמעט אין גאַנצן חרובֿ.

אַנדערע פֿילמען וואָס ער האָט דיגיטאַליזירט און קאָנסערווירט פֿאַר דער אייביקייט זענען מיר לעבן געבליבענע און דער ייִדישער ישוב אין נידערשלעזיע.

יעקבֿ איז אויך געווען אַ פֿילם־היסטאָריקער, אַ שרײַבער און אַ פּאָעט. זײַנס אַ ליד אגדה בחולות איז מסתּמא דאָס שענסטע ליד געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער ערשטער העברעיִשער שטאָט. דאָס שיינע ליד איז באַגלייט פֿון היסטאָרישער פֿילם־דאָקומענטאַציע פֿון תּל־אָבֿיבֿ במשך פֿון אַן ערך הונדערט יאָר.

חוץ די אלע מעלות איז יעקבֿ גראָס געווען אַ מענטש. פֿאַר אונדז, ייִדיש־רעדערס, דאַרף מען נישט געבן צו פֿאַרשטיין וואָס דאָס וואָרט „מענטש״ מיינט. אַנדערע, האָב איך מורא, וועלן עס סײַ ווי נישט פֿאַרשטיין.


74סטע יאָרצײַט פֿון װיקטאָר אַלטער, פֿירער פֿונעם „בונד”

די טעג מערקן מיר אָפּ דעם 74סטן יאָרצייט פֿון וויקטאָר אַלטער, איינער פֿון די חשובֿסטע אָנפֿירערס פֿונעם „בונד” אין פּוילן.

ווי אַ סך רעוואָלוציאָנערן איז וויקטאָר אַלטער געווען אַ זון פֿון א רײַכער משפּחה. ער האָט זיך געלערנט אין בעלגיע און צוריק געקומען קיין פּּוילן מיט אַן אינזשעניר דיפּלאָם אין האַנט. צוליב זײַן פּאָליטישער אַרבעט פֿאַרן סאָציאַליסטישן „בונד” האָט אים די צאַרישע מלוכה, וואָס האָט דעמאָלט געהערשט אין וואַרשע, געשיקט העט ווײַט אין סיביר. וווּנדער איבער וווּנדער, אָבער עס איז אים געלונגען צו אַנטלויפֿן פֿון סיביר אַזש קיין ענגלאַנד, וווּ ער איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער אַרבעטער לייבאָר פּאַַרטיי.

ווען פּּוילן איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה נאָכן ערשטן וועלט קריג, איז וויקטאָר אַלטער צוריקגעפֿאָרן אין זײַן היימלאַנד. ער איז ממשיך געווען מיט זײַן פּאָליטישער אַרבעט און אַפֿילו געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם וואַרשעווער שטאָטראַט.

אַלטער איז תּמיד געװען אַ סאָציאַליסט. געהאַלטן האָט ער אַז דער „בונד” דאַרף צוזאמענאַרבעטן מיט דער פּוילישער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי אָבער בשום־אופֿן נישט מיט די קאָמוניסטן.

ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין פּוילן איז ער אַנטלאָפֿן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד. סטאַלין האָט מסתּמא נישט פֿאַרגעסן וויקטאָר אַלטערס אַנטי־קאָמוניסטישע אַגיטאַציע. דעם 17טן פֿעברואַר 1943 איז ער דערשאָסן געוואָרן פֿון דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי. ער איז געווען 53 יאָר אַלט. אַגבֿ, די אָפֿיציעלע באַשולדיקונג איז געווען שפּיאָנירן פֿאַר היטלערן.

סײַ אַלטער סײַ זײַן באַוועגונג, דער „בונד”, האָבן זיך נישט געכאַפּט אַז דער געדאַנק פֿון אַ יידישער סאָציאַליסטישער ענקלאַווע אין פּוילן, נעמענדיק אין באַטראַכט די געאָפּאָליטישע פֿאַקטאָרן אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, איז געווען א ַגעפֿערלעכע אוטאָפּיע. אַלטער, ווי הונדערטער טויזנטער בונדיסטן, האָבן באַצאָלט מיטן לעבן פֿאַר אָט דעם טראַגישן פּאָליטישן טעות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.