לכּבֿוד 120 יאָר „פֿאָרווערטס‟: באַלעבאָסטעס, קויפֿט לאָנג־אײַלאַנדער קאַטשקעס!

Celebrating 120 Years of the Forverts: Jewish Housewives Urged to Buy Long Island Ducks

קינדער אויף אַ קאַטשקע־פֿאַרם אין לאָנג־אײַלאַנד שפּילן זיך מיט קאַטשקעלעך, 1955
Getty Images
קינדער אויף אַ קאַטשקע־פֿאַרם אין לאָנג־אײַלאַנד שפּילן זיך מיט קאַטשקעלעך, 1955

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 01, 2017, issue of March 29, 2017.

דער „פֿאָרווערטס‟ פּראַוועט הײַיאָר זײַן 120סטן יובֿל, וואָס הייבט זיך אָן אין אַפּריל. לכּבֿוד דעם פֿרײלעכן יובֿל וועלן מיר איצט רעגלמעסיק איבערדרוקן טשיקאַווע אַרטיקלען, בילדער און רעקלאַמעס פֿון אונדזערע אַרכיוון.


Forward Association

כאָטש הײַנט עקזיסטירט כּמעט נישט קיין קאַטשקע־אינדוסטריע אין לאָנג־אײַלאַנד, איז דאָס אָרט אַמאָל געווען באַרימט פֿאַר זײַנע געשמאַקע קאַטשקעס, וואָס מע האָט אויסגעהאָדעוועט אויף הונדערטער פֿאַרמען.

אָט קען מען זען אַ חנעוודיקע רעקלאַמע אינעם „פֿאָרווערטס‟, דערשינען דעם 5טן מאַרץ, 1925, וואָס לאָזט די בעל־הביתטעס וויסן, אַז ווען אסתּר המלכה וואָלט הײַנט געדאַרפֿט מאַכן אַ סעודה פֿאַר איר מאַן, דעם קעניג אַחשורוש, וואָלט זי זיכער באַשטעלט נאָר די באַקאַנטע לאָנג־אײַלאַנדער קאַטשקעס.

די פֿעטע לאָנג־אײַלאַנדער קאַטשקעס זענען געווען אַנדערש פֿון ס׳רובֿ אַמעריקאַנער קאַטשקעס, ווײַל מע האָט זיי אימפּאָרטירט פֿון כינע. אין די 1870ער יאָרן האָט מען צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע מאַסנווײַז אימפּאָרטירט קאַטשקעס פֿון דער ווײַט־מיזרחדיקער מדינה, און לאָנג־אײַלאַנד איז געווען דאָס איינציקע אָרט, וווּ מע האָט זיי דערנאָך אויסגעהאָדעוועט.

אין די אָנהייב 1920ער יאָרן זענען אַ ריי פֿאַרמער זיך צונויפֿגעקומען, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿירמע וואָס זאָל פֿאַרקויפֿן זייערע קאַטשקעס בײַ די ניו־יאָרקער יאַטקעס. די קאָאָפּעראַטיווע פֿאַרמען האָבן צוזאַמען לאַנצירט אַ ריזיקע פּירסום־קאַמפּאַניע, וואָס האָט צעפּויקט די „לאָנג־אײַלאַנדער קאַטשקעס‟ ווי די בעסטע אין אַמעריקע, און געראָטן די בעל־הביתטעס אין ניו־יאָרק זיי צו באַשטעלן בײַ זייערע יאַטקעס לכּבֿוד ניטל, פּאַסכע, דעם פֿערטן יולי און אַנדערע חגאָות. לויט אַ דעמאָלטיקן אַרטיקל אין אַ זשורנאַל געווידמעט רעקלאַמערײַ, האָט די קאַמפּאַניע אַזוי מצליח געווען, אַז די ניו־יאָרקער קונים האָבן טאַקע אָנגעהויבן גלייבן, אַז די לאָנג־אײַלאַנדער קאַטשקעס זענען בעסער ווי די אייגענע.

טשיקאַווע איז דער פֿאַקט, וואָס כאָטש די “פֿאָרווערטס”־רעקלאַמע איז געשריבן אויף אַ טראַדיציאָנעלן, ייִדישלעכן שטייגער, און כאָטש עס זענען זיכער געווען כּשרע קאַטשקע־פֿירמעס אין לאָנג־אײַלאַנד, איז די אָ פֿירמע בפֿירוש נישט געווען קיין כּשרע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.