פּרשת תּרומה, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Trumah, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 02, 2017, issue of March 29, 2017.

דער באַשעפֿער האָט געהייסן משה רבינו זאַמלען בײַ די ייִדן אַ גאַנצע ריי מאַטעריאַלן — פֿון גאָלד און זילבער ביז וואָל, פֿלאַקס און לעדער, ווי אויך אַ געוויסן מין האָלץ, געווירצן און אַדלשטיינער — כּדי זיי אויסצונוצן אינעם משכּן.

דאָס וואָרט „משכּן‟ איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „שכינה‟. ס׳איז געווען אַ פּראָטאָטיפּ פֿונעם צוקונפֿטיקן בית־המיקדש, אַ וווינונג־אָרט, כּבֿיכול, פֿאַרן אייבערשטן אַליין. אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿאָריקער פּרשה, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף פֿאַרשיידענע גראָבע גוואַלד־עבֿירות, באַשטייט אונדזער הײַנטיקע סדרה פֿון ספּעציפֿישע פּרטימדיקע אינסטרוקציעס וועגן דעם משכּן.

בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה שטייט געשריבן, אַז דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט די ייִדן צו זאַמלען די תּרומה, אַ ספּעציעלן שטײַער פֿאַרן משכּן־אויפֿבוי. הגם דער משכּן האָט אויסגעזען גאַנץ אַנדערש פֿונעם בית־המיקדש, דערקלערן די חסידישע צדיקים, אַז פֿון אונדזער סדרה לערנען מיר אָפּ אַ וויכטיקן לימוד, וואָס בלײַבט אייביק אַקטועל. דאָס וואָרט „תּרומה‟ איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „התרוממות‟ — דערהויבנדקייט. די געזאַמלטע מאַטעריאַלן זענען דערהויבן געוואָרן צום רבונו־של־עולם און זענען געוואָרן כּלים פֿאַר דער שכינה־אַנטפּלעקונג.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז צווישן די מאַטעריאַלן זענען געווען אַלע הויפּט־עלעמענטן פֿונעם וועלט־באַשאַף, אַרײַנגערעכנט מעטאַלן און שטיינער, פֿלאַנץ־פּראָדוקטן און לעדער פֿון בעלי־חיים. דאָס עצם־זאַמלען רעפּרעזענטירט די מענטשלעכע ראָלע אינעם אוניווערס; בלויז דער מענטש איז מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען די אַרומיקע וועלט אין אַן אָרט, וווּ עס קאָן זיך אַנטפּלעקן די הייליקע שכינה. אין אונדזער פּרשה ווערט באַטאָנט, אַז דאָס זאַמלען האָט געפֿאָדערט אַ כּוונה לשם־שמים. ‟זיי זאָלן אויסטיילן אַ תּרומה פֿאַר מיר‟, זאָגט דער רבונו־של־עולם בײַם אָנהייב פֿון דער סדרה. אָן דער ריכטיקער כּוונה קאָן דאָס גאָלד און זילבער, חלילה, דינען אַפֿילו שעדלעכע צוועקן.

אין דער אַמאָליקער מיזרח־אייראָפּע איז געווען פֿאַרשפּרייט דער חנעוודיקער מינהג צו באַצירן די שילן מיט פֿילפֿאַרביקע וואַנט־דעקאָראַציעס, טיף באַגרינדעט אויף קבלה־ענינים. מע פֿלעגט אויך באַצירן די הײַזער מיט אויסגעשניטענע פּאַפּיר־אָרנאַמענטן, פֿול מיט מיסטישע חיות און פֿלאַנצן. פֿאַקטיש איז עס געווען אַ פֿאָרעם פֿון דער „תּרומה‟ — פּערזענלעכע האַרץ־נדבֿות, וואָס האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרוואַנדלען אַ געוויינטלעכע ייִדישע שטוב אין אַ שטיקל משכּן, אַ וווין־אָרט פֿאַר דער הייליקער שכינה.

אין דער הײַנטיקער וועלט בלײַבן געוויסע עלעמענטן פֿון אַזעלכע באַצירונגען — למשל, די סוכּה־דעקאָראַציעס. צום באַדויערן, זענען זיי ווײַט נישט אַלעמאָל שיין און האָבן אָפֿטמאָל ווייניק צו טאָן מיט ייִדישקייט בכלל. אַ סך ייִדן, אַרײַנגערעכנט די פֿרימסטע קרײַזן, באַצירן זייער סוכּות מיט דעקאָראַציעס פֿאַר ניטל־יאָלקעס, הגם נישט יעדער טראַכט זיך אַרײַן, פֿון וואַנען די באַצירונגען שטאַמען. פֿון דער צווייטער זײַט קאָן מען זאָגן, אַז ווען מע באַנוצט זיך מיט אַזעלכע צווייפֿלהאַפֿטיקע מאַטעריאַלן טאַקע לשם־שמים, ווערן זיי אויך פֿאַרוואַנדלט אין אַנטפּלעקונגען פֿון דער שכינה־הקדושה.

אין אַ סך חסידישע היימען איז הײַנט אויך פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו באַצירן די צימערן מיט כּלערליי זילבערנע און צומאָל אַפֿילו גאָלדענע חפֿצים. איז עס טאַקע אַ גוטער מינהג? עס ווענדט זיך, אַוודאי, אין דער כּוונה. צומאָל וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז די בעליּ־בתּים ווילן פּשוט פֿאַרחידושן געסט מיטן גרויסן סכום פֿון טײַערע זאַכן. צוליב דער זעלביקער סיבה קויפֿט מען עקסטרעם־טײַערע קליידער און בריליאַנטן; צוליב דער זעלביקער סיבה מיינען אַ טייל חסידישע מענער, אַז מע מוז האָבן עטלעכע שטרײַמלעך פֿאַר טויזנטער דאָלאַרן.