פֿאַרזוכט אַ ביסל ייִדיש־קולטור אין קווינס

Get a Taste of Yiddish Culture in Queens


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 02, 2017, issue of March 29, 2017.

מיטן אויסנאַם פֿון „ציקאָ“, וואָס געפֿינט זיך אין „לאָנג־אײַלענד סיטי“, קומט קווינס זעלטן־ווען אויפֿן געדאַנק ווען מע גיט אַ טראַכט וועגן די ערטער וווּ מע קען הײַנט הערן אַ ייִדיש וואָרט אין ניו־יאָרק.

ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, פֿאַרמאָגט קווינס, דער ניו־יאָרקער „באָראָ“ מיטן גרעסטן צאָל אימיגראַנטן, אַן עפֿנטלעכע ביבליאָטעק־סיסטעם וואָס שטיצט שטאַרק אונטער פּראָגראַמען וואָס שפּיגלען אָפּ די פֿאַרשידנאַרטיקע קולטורן פֿון די ניו־יאָרקער אײַנוווינער, צווישן זיי — די ייִדן.

די קווינסער עפֿנטלעכע ביבליאָטעק־סיסטעם וועט באַלד לאַנצירן אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור, מיט אַ ריי אַקטיוויטעטן במשך פֿונעם גאַנצן חודש מאַרץ. דער פֿעסטיוואַל ווערט געשטיצט דורכן National Endowment for the Humanities און דעם עולמות־פֿאָנד פֿון דער „הירסט־פֿונדאַציע“.

מאָנטיק, דעם 6טן מאַרץ, וועט דער ייִדישער אַקטיאָר און רעציטאַטאָר שיין בייקער אויפֿטרעטן מיט זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן ספּעקטאַקל „די גרויסע באָבקעס: ייִדישער וואָדעוויל פֿאַר גויים“, וואָס שילדערט זײַן אוניקאַלן דרך אין דער וועלט פֿון ייִדישן טעאַטער, ווי אויך עטלעכע פֿון זײַנע באַליבטסטע טעאַטראַלישע שטיקלעך.

מאָנטיק, דעם 13טן מאַרץ, וועט אַלען־לויִס ריקמאַן גיבן אַן אילוסטרירטן רעפֿעראַט (אויף ענגליש) וועגן דער געשיכטע פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער — פֿון זײַנע בראשיתדיקע יאָרן אין רומעניע ביזן הײַנטיקן טאָג. ווי אַ טייל פֿונעם רעפֿעראַט וועט ער ווײַזן פֿילמירטע אויסצוגן פֿון באַקאַנטע פּיעסעס.

מאָנטיק, דעם 20סטן מאַרץ, וועט די זינגערין מרים־חיה סגל אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע פֿאָלקס־ און טעאַטער־לידער. אויף דער פּיאַנע וועט זי באַגלייטן סטיוו סטערנער. מאָנטיק, דעם 27סטן מאַרץ, וועט דער זינגער און אַקטיאָר חיים וואָלף זינגען אַ קראַנץ זעלטענע ייִדישע לידער. אויף דער פּיאַנע וועט אים באַגלייטן סטיוו סטערנער.

דאָנערשטיק, דעם 30סטן מאַרץ, וועט די טעאַטער־היסטאָריקערין ד״ר דינה ציפּקין האַלטן אַ רעפֿעראַט אין איינעם מיט אַ קאָנצערט: „נאָך מוזיקאַלישע אוצרות פֿון דער וועלט פֿון ייִדישן טעאַטער“, אין וועלכן זי וועט אויסזינגען לידער פֿון מאַלי פּיקאָן, אַהרן לעבעדעף און מנשה סקולניק. אין איר רעפֿעראַט וועט ד״ר ציפּקין דערקלערן פֿאַר וואָס די דאָזיקע אַקטיאָרן זענען געוואָרן ספּעציעל באַליבט בײַם ייִדישן עולם.

אַלע פּראָגראַמען וועלן פֿאָרקומען 6 אַזייגער אין אָוונט אין דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק פֿון פֿאָרעסט הילז:

Forest Hills Community Library
108-19 71st Avenue

אַלע פּראָגראַמען זענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.