אַ ליטעראַרישער גילגול פֿון װאַרשע קײן ירושלים

A Literary Gilgul from Warsaw to Jerusalem

עמוס עוז און זײַן נײַעם ראָמאַן „הבשׂורה על־פּי יהודה”
Getty Images
עמוס עוז און זײַן נײַעם ראָמאַן „הבשׂורה על־פּי יהודה”

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 05, 2017, issue of March 29, 2017.

ישו הנוצרי איז אַ פּאָפּולערע פֿיגור אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, בפֿרט פֿאַרן חורבן. פֿאַרשידענע ייִדישע קינסטלער, שרײַבער און געלערנטנע האָבן געפּרוּװט צו „פֿאַרייִדישן” די דאָזיקע געשטאַלט און אַזױ אַרום אױפֿבױען אַ בריק צװישן ייִדנטום און קריסטנטום. צומאָל האָט מען די דאָזיקע פּרוּװן, װי למשל מאַרק שאַגאַלס בילדער, אױפֿגענומען מיט התפּעלות, צומאָל האָבן זײ גורם געװען אַ סקאַנדאַל, װי עס איז געשען מיט שלום אַשס „קריסטלעכער” טרילאָגיע. נאָכן חורבן האָט זיך דער ייִדישער אינטערעס צו ישו אָפּגעשװאַכט, און דער גאַנצער ענין האָט, דאַכט זיך, פֿאַרלױרן זײַן שאַרפֿקײט.

בשעתו איז שלום אַשס ראָמאַן „דער מאַן פֿון נצרת” געװען זײער פּאָפּולער צװישן דער קריסטלעכער לײענערשאַפֿט אױף ענגליש, דײַטשיש, פּױליש און אַנדערע שפּראַכן. הײַנט געדענקט מען דעם סקאַנדאַל, אָבער דעם ראָמאַן גופֿא לײענט מען כּמעט ניט, כאָטש דװקא דער ייִדישער מקור געהערט צו אַשס בעסטע ליטעראַרישע דערגרײכונגען. אַ סבֿרה, אַז דער דאָזיקער פֿאַרגעסענער ראָמאַן האָט געגעבן דעם באַרימטן ישׂראלדיקן מחבר עמוס עוז צו מאַכן אַ טשיקאַװע ליטעראַרישע שפּיל. ער האָט גענומען אײניקע פּרטים און די צענטראַלע טעמע פֿון אַשס ראָמאַן און זײ אַריבערגעפֿלאַנצט אין ירושלים פֿון זײַן אײגענער יוגנט, דעם סוף 1950ער יאָרן.

עוזעס נײַער ראָמאַן, „הבשׂורה על־פּי יהודה”, װאָס איז אָקערשט אַרױס אױף ענגליש אונטערן טיטל „יודאַס”, הײבט זיך אָן מיט אַן עפּיזאָד, אין װעלכן דער יונגער העלד מיטן נאָמען שמואל אַש געפֿינט אַן אַרבעט װי אַ באַדינער בײַם עלטערן לערער גרשום װאַלד, װאָס װױנט אַלײן מיט זײַן זונס אלמנה עתליה אברבנאל. און כאָטש דער דאָזיקער שמואל אַש דערמאָנט אַפֿילו בכּיװן אַז ער האָט ניט קײן שײכות צו שלום אַש, איז די פֿאַרבינדונג צװישן די צװײ ראָמאַנען גאַנץ בולט. עס איז גענוג צו פֿאַרגלײַכן די ערשטע פּאָר קאַפּיטלעך פֿון „הבשׂורה על־פּי יהודה” מיט „דער מאַן פֿון נצרת”, כּדי צו דערזען, אַז עוז חזרט איבער די אײגענע סיטואַציע׃ אַ יונגער ייִדישער אינטעליגענט ענטפֿערט אױף אַן אַנאָנס װעגן אַרבעט און קומט צו אַ מאָדנעם אײנזאַמען עלטערן מענטשן אין אַ װױנונג, װאָס איז אַזױ װי אָפּגעריסן פֿון דער הײַנטיקער װעלט. אַנדערש איז אַװדאי די צײַט און דער אָרט׃ אַשס ראָמאַן קומט פֿאָר אין װאַרשע אין די 1930ער יאָרן, בעת עוז שילדערט ירושלים אינעם װינטער פֿון 1959.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.