זכרונות פֿון „די־פּי״־לאַגער

My Memories of the DP Camp

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 05, 2017, issue of March 29, 2017.

זייער ווייניק מענטשן הײַנט זײַנען באַקאַנט מיטן לעבן פֿון די „די־פּי״ לאַגערן און ווי דאָס לעבן איז דאָרט געפֿלאָסן פֿינף יאָר נאָכאַנאַנד.

זכרונות זײַנען אַמאָל געגליכן צו פֿײַער־פֿליגעלעך וואָס זשומען אין דער נאַכט און באַלײַכטן דעם וועג צום ציל און אַמאָל ווערן זיי פּלוצעם פֿאַרפֿאַלן ווי קיינמאָל גאָרנישט.

האָב איך זיך מיטאַמאָל דערמאָנט אין מײַנע קינדער־יאָרן אין אַ פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד גלײַך נאָכן קריג. מיר זײַנען געווען, דאַכט זיך, בערך אַ הונדערט קינדער אין אונדזער לאַגער פֿון טויזנט, אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע. יעדן פֿרימאָרגן פֿלעגט אָנקומען אַ לאַסט־אויטאָ און אונדז איבערפֿירן אין אַ צווייטן לאַגער וווּ עס האָט זיך געפֿונען אונדזער העברעיִשע שולע, „בית־ספֿר תרבות‟, וואָס געמיינט האָט עס די קולטור־שולע.

אין וואָס איז באַשטאַנען די קולטור? דער עיקר געבויט אויף די יסודות פֿון דער צוקונפֿטיקער מדינת־ישראלדיקער ציוניסטישער קולטור, וואָס מ’האָט ערשט באַדאַרפֿט צושנײַדן, צוזאַמענשטיקעווען און אויספֿלאַסטערן אין דמות פֿון אַ נײַ אויסגעבריטן נפֿש וואָס מ’וועט רופֿן „ישראלי‟.

ווער האָט צוגעשניטן און פֿון וועלכער אײער־שאָלעכץ האָט געדאַרפֿט עס אויסבריִען? שליחים וואָס זײַנען געקומען אין 1946 אין די ייִדישע פּליטים־לאַגערן פֿון פּאַלעסטינע, זיך אַרויפֿגעשאַרצט די אַרבל און גענומען קאָמאַנדעווען מיט אַ סדר־היום און וואָרענען אונדז קינדער: „אויב מיר וועלן אײַך פּאַקן רעדן אַ ייִדיש וואָרט, וועט מען אײַך באַשטראָפֿן.‟

מיר קינדער האָבן זיך אויסגעלאַכט און ווײַטער געפּלאַפּלט אויף אונדזער מאַמע־לשון, סײַ צווישן זיך און סײַ אין „בית־ספֿר תרבות‟. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס די שליחים האָבן נישט פֿאַרשטאַנען מיט וועמען זיי גייען דאָ צום טיש. מיר שול־קינדער אין עלטער פֿון נײַן ביז צוועלף, האָבן געזען דעם אונטערגאַנג, אַ סך פֿון זיי האָבן אָנגעוווירן אַ טאַטן, אַ מאַמען, ברידער אָדער שוועסטער. פֿון קיין באָבע־זיידן איז נישט געווען קיין רייד, כּמעט קיינער פֿון אונדז האָט נישט פֿאַרמאָגט אַזאַ אוצר.

אונדזער לאַגער אין אולם, דײַטשלאַנד האָט געציילט אַרום טויזנט נפֿשות, אַ דריטל פֿון זיי זײַנען געווען „בלאַטע חברה‟, אונטערוועלט־ייִדן, הייסט עס, ווײַל זיי זײַנען געווען ראַפֿינירט און געקענט גיכער זיך ראַטעווען ווי דאָס פּשוטע, ערלעכע פֿאָלק. זייערע קינדער זײַנען געגאַנגען צוזאַמען מיט אונדז אין „בית־ספֿר תרבות‟. זייער צוגאַנג צום לעבן איז געווען פֿרעמד פֿאַר אונדז יונגוואַרג וואָס זײַנען אַרויסגעקומען פֿון ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. זייער בלאַטע ייִדיש לשון איז געווען רוי און פּראָסט ווי אַ קאַרטאָפֿל, זייער הומאָר און געלעכטער האָט געשמעקט מיט איבערגעשטאַנען געקעכץ, ס’רובֿ פּליטים אין לאַגער האָבן זיך מיט זיי נישט געחבֿרט און זיך געהאַלטן פֿון זיי פֿון דער ווײַטנס.