וואָס איז אַזוינס אַ „דזשיי־סי־סי?“

What Exactly is a Jewish Community Center?

אַלטע־לײַט מאַכן געניטונגען בײַם “ייִדישן קהילה־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה קליין” אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי
Katz JCC
אַלטע־לײַט מאַכן געניטונגען בײַם “ייִדישן קהילה־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה קליין” אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי

פֿון בען סיילס (ייִט׳׳אַ)

Published March 05, 2017, issue of March 29, 2017.

זינט יאַנואַר האָבן די אַמעריקאַנער „דזשיי־סי־סיס“ (ייִדישע קהילה־צענטערס) באַקומען מער ווי 100 דראָונגען אַז מע וועט זיי אַטאַקירן. די סטראַשונקעס, וואָס זענען געקומען אין פֿינף כוואַליעס און זענען אַלע געווען בלאָפֿן, האָבן באַאומרויִקט די אַמעריקאַנער ייִדן און אַרויסגערופֿן פֿרישע זאָרגן וועגן אַנטיסעמיטיזם.

נאָך וואָכן פֿון ניט אָפּרופֿן זיך אויפֿן ענין האָט פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ לעצטנס שאַרף פֿאַרדאַמט די דראָונגען, בפֿרט בעת זײַן ערשטער רעדע פֿאַר אַ בשותּפֿותדיקער סעסיע פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס.

אָבער וואָס איז אַזוינס אַ „דזשיי־סי־סי?“ די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס זענען מער־ווייניקער ווי אַלגעמיינע קהילה־צענטערס — אָבער מיט אַ ייִדישן טעם. אָט איז אַן איבערזיכט פֿון די ראָלעס וואָס זיי שפּילן:

די ייִדישע קהילה־צענטערס שטעלן צו אַן אָרט, וווּ עס קומען פֿאָר אַלע מינים אַקטיוויטעטן — פֿון ייִדישע קלאַסן ביז שווים־לעקציעס און קינדאָפּהיט.

עס זענען דאָ מער ווי 350 „דזשיי־סי־סיס“ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, איבערהויפּט אין די גרויסע שטעט. פֿון איין זײַט פֿירן זיי אָן מיט קלאַסן וועגן ייִדישקייט און העברעיִש, ווײַזן ישׁראלדיקע פֿילמען, אָרגאַניזירן אַקטיוויטעטן לכּבֿוד די ייִדישע יום־טובֿים אָדער פֿירן דורך אַ ייִדישן ביכערקלוב. זיי שטעלן אויך צו אַן אָרט, וווּ אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס קענען מאַכן זייערע אייגענע אונטערנעמונגען. געוויסע פֿון זיי, אַזוי ווי דער „דזשיי־סי־סי“ אין ווילמינגטאָן, דעלעווייר, וואָס האָט שוין דורכגעמאַכט דרײַ באָמבע־סטראַשונקעס, טיילן זיך זייער לאָקאַל מיט אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, דינט דער טיפּישער ייִדישער קהילה־צענטער ווי אַ מין ייִדישער YMCA, וואָס שטעלט צו אַ סך פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכנט פֿאָרשולן, זומער־לאַגערן און אַקטיוויטעטן פֿאַר אַלטע־לײַט, ניט געקוקט אויף זייער רעליגיעזע גלויבן. אַ סך פֿון די דאָזיקע פּראָגראַמען נעמען יאָ אַרײַן געוויסע ייִדישע עלעמענטן: די פֿאָרשול בײַם ”דזשיי־סי־סי“ אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, למשל, פּראַוועט שבת און די ייִדישע יום־טובֿים מיט די קינדער.

„דער געדאַנק איז, אַז מיר זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן ברענגען ייִדישע אַקטיוויטעטן ניט בלויז צו מענטשן וואָס זענען ייִדן, נאָר אויך צו דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג,“ האָט דערקלערט בעצי לינטש, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרשע פֿונעם „ייִדישן קהילה־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה לבֿי“ אין בירמינגהעם, אַלאַבאַמע. איר קהילה־צענטער האָט שוין דורכגעמאַכט דרײַ באָמבע־דראָונגען.

לויט דער „צפֿון־אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון דזשיי־סי־סיס“, האָט מען געגרינדעט דעם ערשטן „ייִדישן קהילה־צענטער“ אין באַלטימאָר אין 1854. מיט עטלעכע יאָרצענדליקער שפּעטער, ווען עס האָבן אָנגעהויבן מאַסנווײַז אַרײַנצושטראָמען נײַע אימיגראַנטן פֿון אייראָפּע, זענען די צענטערס געוואָרן ערטער וווּ מע האָט די נײַע אַמעריקאַנער געהאָלפֿן זיך אויסגרינען: מע האָט צוגעשטעלט קורסן פֿון ענגליש, אַמעריקאַנער קולטור און געלערנט ווי אַזוי צו ווערן אַ בירגער. בעת די וועלט־מלחמות האָבן די „דזשיי־סי־סיס“ אַקטיוו אונטערגעשטיצט די ייִדישע סאָלדאַטן.

ווען די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן זיך בעסער אינטערגרירט אין דער ברייטער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, האָבן די ייִדישע קהילה־צענטערס אָנגעהויבן אַרײַנצולאָזן וואָס מער גויים. אין 1968, למשל, האָט מען אויף אַן אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון די „דזשיי־סי־סיס“ באַשלאָסן, אַז די אָרגאַניזאַציעס דאַרפֿן טאָן מער אונטערצושטיצן אָרעמע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער.

„נאָך 100 יאָר איז אונדזער היסטאָרישע ראָלע — צו העלפֿן די ייִדישע אימיגראַנטן זיך אויסצוגרינען — מער נישט רעלעוואַנט,“ האָט דערקלערט מײַקל פֿײַנשטיין, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער בײַם „בענדער דזשיי־סי־סי פֿון גרויס וואַשינגטאָן“, וואָס האָט דעם 9טן יאַנואַר באַקומען אַ באָמבע־דראָונג. „הײַנט זענען די ייִדישע קהילה־צענטערס ניט בלויז אַן אָרט וווּ די ייִדן קומען זיך צוזאַמען, נאָר אויך אַן אָרט וווּ די ייִדישע קהילה קומט צוזאַמען מיט דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט.“

אַוודאַי זענען ניט אַלע מסכּים מיט דער דאָזיקער שיטה. אַ סך ייִדן האַלטן, אַז די ייִדישע קהילה־צענטערס זענען געוואָרן צו וועלטלעך און טאָרן, למשל, ניט זײַן אָפֿן אום שבת. אין די לעצטע 25 יאָר האָבן אַ סך „דזשיי־סי־סיס“ ווידער מער געלייגט דעם טראָפּ אויפֿן שאַפֿן פּראָגראַמען וואָס זאָלן העלפֿן אויפֿהאַלטן די ייִדישע אידענטיטעט. אין 1996 האָט די „נאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע קהילה־צענטערס“ פֿאָרמולירט איר מיסיע ווי „צו באַגריסן אַלע ייִדן, זיי צו העלפֿן וואַקסן ווי ייִדן און צו העלפֿן זיי שאַפֿן ייִדישע זכרונות“.

ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, פֿירן ניט אָן די „דזשיי־סי־סיס“ מיט קיין דאַווענען, און שטילערהייט הערשט אַ קאָנקורענץ צווישן זיי און די אָרטיקע שילן איבער מיטגלידער און פּראָגראַמען.

דאָס איז ניט דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע האָט באַפֿאַלן „דזשיי־סי־סיס“

די אָנגייענדיקע אַטאַקן קעגן איבער 70 ייִדישע קהילה־צענטערס און ייִדישע טאָגשולן האָט לעצטנס געכאַפּט דעם אויפֿמערק פֿונעם גאַנצן לאַנד. ס׳איז אָבער ניט דאָס ערשטע מאָל וואָס אַנטיסעמיטן האָבן באַפֿאַלן „דזשיי־סי־סיס“.

אינעם ערגסטן פֿאַל, אין 2014, האָט אַ מאַן דערשאָסן דרײַ מענטשן אין אַ ייִדישן קהילה־צענטער לעבן קענסעס־סיטי, מיזורי. אין 2008 האָט מען אַרײַנגעוואָרפֿן אַ צינדפֿלאַש אינעם בנין פֿון אַ לאָס־אַנדזשעלעסער „דזשיי־סי־סי“ און אין 1999 האָט אַ שיסער פֿאַרוווּנדיקט פֿינף מענטשן בײַ אַן אַנדער לאָס־אַנדזשעלעסער „דזשיי־סי־סי“. אין 1990, האָט מען אַטאַקירט אַ „ייִדישן קהילה־צענטער“ אין סאַן־פֿראַנציסקאָ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.