ייִדיש זומער־פּראָגראַם אין בריסל

Yiddish Summer Program in Brussels

פֿון רעכטס: אַניק פּרים־מאַרגולעס, יצחק ניבאָרסקי, סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ
פֿון רעכטס: אַניק פּרים־מאַרגולעס, יצחק ניבאָרסקי, סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 07, 2017, issue of March 29, 2017.

שוין העכער צוואַנציק יאָר קומט פֿאָר אַן אינטענסיווע זומער־פּראָגראַם אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין מערבֿ־אייראָפּע, יעדעס יאָר אין איינער פֿון דרײַ פֿראַנצויזיש־רעדנדיקע שטעט: שטראַסבורג (אָנגעפֿירט דורכן „לופֿט־טעאַטער‟), פּאַריז (אָנגעפֿירט דורכן „מעדעם־צענטער‟) און בריסל (אָנגעפֿירט דורכן „אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מאַרטין בובער‟ בײַם „פֿרײַען אוניווערסיטעט‟).

הײַיאָר קומט די אַזוי־גערופֿענע „קאָנטינענטאַלע פּראָגראַם‟ ווידער פֿאָר בײַם „פֿרײַען אוניווערסיטעט‟ אין בריסל, וווּ די סטודענטן וועלן זיך קענען לערנען ייִדיש אויף פֿיר מדרגות. אַחוץ די שפּראַכקלאַסן גופֿא וועלן די סטודענטן אויך קענען געניסן פֿון אַ ריי קלאַסן און וואַרשטאַטן געווידמעט דעם ייִדישן קינאָ; ווי אַזוי צו שפּילן אין ייִדישן טעאַטער, אָדער ווי אַזוי צו זינגען ייִדישע לידער.

הײַיאָר וועלן די שפּראַכלערער זײַן ד״ר יצחק ניבאָרסקי (מעדעם־ביבליאָטעק), ד״ר סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ (דער „פֿרײַער אוניווערסיטעט‟), ד״ר חיהלע ביר („יוניווערסיטי־קאַלעדזש‟, לאָנדאָן) און אַניק פּרים־מאַרגוליס (מעדעם־ביבליאָטעק). טל חבֿר־כיבאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿון דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟, וועט אָנפֿירן מיטן טעאַטער־וואַרשטאַט, און די זינגערין שורה ליפּאָווסקי פֿון האָלאַנד וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט פֿאַר ייִדישע זינגער.

דער זומערקורס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 17טן ביזן 28סטן יולי. אַפּליקאַציעס (ביזן 15טן יוני) קען מען שיקן אויפֿן אַדרעס iej@ulb.ac.be.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.