מיידלעך אין ירושלים שפּילן אויס שלום־עליכם אויף ייִדיש

Teen Girls in Jerusalem Perform Sholem Aleichem in Yiddish

די יונגע אַקטריסעס זינגען אַבֿרהם פֿרידס ליד ”איך בין איך“
diego rotman
די יונגע אַקטריסעס זינגען אַבֿרהם פֿרידס ליד ”איך בין איך“

פֿון רײזע טורנער

Published March 08, 2017, issue of March 29, 2017.

דאָנערשטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, כ”ח שבֿט, האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט אין בקעה, ירושלים אױף גאָר אַן אינטערעסאַנטער יערלעכער אונטערנעמונג: דער ייִדישער טעאַטער-פֿאָרשטעלונג פֿונעם 12טן קלאַס אין דער פּלך-שול, אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער גימנאַזיע פֿאַר מײדלעך.  

הײַיאָר האָט די פֿאָרשטעלונג געהײסן „דריטער קלאַס“ — אַ רעװיוּ באַזירט צום טײל אױף דער דערצײלונג ”איבער אַ היטל“ פֿון שלום-עליכם. דעם סצענאַר האָבן די מײדלעך אַלײן אָנגעשריבן, נאָך אַ לאַנגער צײַט אַרבעטן איבער פֿאַרשײדענע טעקסטן פֿון שלום-עליכם װי אױך פֿון אַנדערע מקורים. אַחוץ ”איבער אַ היטל“, האָט די פֿאָרשטעלונג אַרײַנגענומען סצענעס פֿון די אײַזנבאַן-געשיכטעס, װי אױך מעשׂהלעך דערצײלט פֿונעם צאַנזער רבין און װיצן פֿון דער ביאַליק-ראַװניצקי-זאַמלונג.  

אַזױ װי די טעאַטער-לערערקע און רעזשיסאָרשע עירית טל האָט דערקלערט אין אַ קורצן אַרײַנפֿיר פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג, איז די טעמאַטיק פֿון ”איבער אַ היטל“ אַ באַזונדערש צוגעפּאַסטע פֿאַר מײדלעך גימנאַזיסטקעס, װי באַלד די דערצײלונג פֿאַרנעמט זיך מיט די פֿראַגעס ”װער בין איך אױף דער װעלט? װאָס איז מײַן ראָלע?“ און ”װאָס איז דער שײַכות צװישן דעם װי איך זע זיך אַלײן און װי איך זע אויס בײַ אַנדערע?“

אַ באַזונדערן חן האָבן געהאַט די לידער װאָס די מײדלעך האָבן פֿאָרגעזונגען במשך דער פֿאָרשטעלונג, אַרײַנגערעכנט אַבֿרהם פֿרידס ליד ”איך בין איך“, באַזירט אױפֿן קאָצקער רבינס אַ װאָרט; צװײ ייִדישע פֿאָלקסלידער — ”נאָר אמונה“ און ”לאָמיר אַלע לוסטיק זײַן“, און אױך אַ פּאָר הײַנטצײַטיקע פּאָפּולערע לידער: ”כביש החוף“ פֿון די ישׂראלדיקע זינגערס סטטיק ובן אל תבורי, און What Makes You Beautiful פֿון דער אַמעריקאַנער קאַפּעליע One Direction) מיט נײַ-געשריבענע װערטער אױף ייִדיש.

די נײַע װערסיעס פֿון די דאָזיקע צװײ לידער האָבן געהײסן ”דריטער קלאַס“ און ”כּתרילעװקער באַן-סטאַנציע“. די יונגע אַקטריסעס האָבן אַרױסגערעדט זײערע רעפּליקן הױך, זיכער, און לרובֿ מיט אַ גוטן אַרױסרעד, און ס’איז געװען קלאָר אַז זײ פֿאַרשטײען יעדעס װאָרט. אַן ענערגישער פּיאַניסט, ניר וידר, האָט באַגלײט די פֿאָרשטעלונג װאָס, אַ דאַנק דער טעאַטראַלישער הדרכה פֿון עירית טל, איז געװען קונציק צונױפֿגעשטעלט מיט טענצלעך, סצענעס אין װעלכע די מײדלעך האָבן גערעדט ”אין כאָר“ אַזױ װי אין אַ גריכישער דראַמע, און אַפֿילו אַ קורצער סצענע מיט מאַסקעס װאָס האָט זיך פֿאַררופֿן אױפֿן יאַפּאַנישן ”נאָה“-טעאַטער. נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט אין פֿאָרצימער, אױף צו געניסן פֿון אַ כּיבוד פֿון הערינג, קוגל, זױערע אוגערקעס און ראָגעלעך, און צו באַװוּנדערן אַ קלײנע אױסשטעלונג פֿון אַפֿישן אָפּגעדרוקט מיט אױסצוגן פֿון שלום-עליכמס דערצײלונג ”דריטער קלאַס“, פֿון די אײַזנבאַן-געשיכטעס. דער אָװנט איז דערמעגלעכט געװאָרן, צום טײל, אַ דאַנק דער שטיצע פֿון „בית שלום-עליכם“ אין תּל-אָבֿיבֿ.

פֿר’ דבֿורה קאָסמאַן גיט איבער אַ קורצע דבֿר-תּורה נאָך דער פֿאָרשטעלונג, װאָס פֿאַרבינדט די טעמאַטיק פֿון דער פֿאָרשטעלונג מיט דער פּרשה פֿון דער װאָך
diego rotman
פֿר’ דבֿורה קאָסמאַן גיט איבער אַ קורצע דבֿר-תּורה נאָך דער פֿאָרשטעלונג, װאָס פֿאַרבינדט די טעמאַטיק פֿון דער פֿאָרשטעלונג מיט דער פּרשה פֿון דער װאָך

װי אַזױ קומט עס, אַז 17־ און 18־יאָריקע מײדלעך, װאָס זענען בכלל ניט אױסגעװאַקסן בײַ ייִדיש-רעדנדיקע משפּחות, זאָלן קאָנען אָנשרײַבן און אױפֿפֿירן אַ גאַנצע טעאַטער-פֿאָרשטעלונג אױף מאַמע-לשון? די אױסערגעװײנטלעכע פּעדאַגאָגין װאָס שטײט הינטער די קוליסן איז פֿר’ דבֿורה קאָסמאַן, די ייִדיש-לערערקע אין דער פּלך-שול שױן אַ דרײַסיק יאָר. די טעאַטער-פּראָגראַם האָט זי אַרײַנגעפֿירט אַ ביסל שפּעטער נאָך דעם װי זי האָט אָנגעהױבן לערנען, איז די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג די 18טע יערלעכע.

אַן אימפּעטיקע, גאַסטפֿרײַנדלעכע חסידישע פֿרױ װאָס האָט ליב אירע תּלמידות און זײ האָבן זי אױך ליב (”אַזױ װי אַ צװײטע מאַמע“, לױט די װערטער פֿונעם מײדל װאָס האָט געהאַלטן אַ קורצע דאַנקרעדע נאָך דער פֿאָרשטעלונג), האָט פֿר’ קאָסמאַן אױפֿגעשטעלט אַ פֿיריאָריקע, פֿולשטענדיקע ייִדיש-שפּראַכפּראָגראַם אין דער פּלך-שול. די תּלמידות װאָס באַשליסן אין זײער ערשט יאָר פֿון גימנאַזיע זיך אַרײַנצולאָזן אינעם ייִדיש-לימוד, מאַכן דורך פֿיר לערן-מדרגות, און בײַם סוף פֿון יעדער מדרגה — אַן אַנדער מין סוף-אױפֿגאַבע.