די שאַרפֿע, עלנטע פֿערזן פֿון אַן אָפּגעפֿאָרענעם ייִד

 Sharp, Lonely Verses of a Former Haredi

courtesy of lilith.com

פֿון שלום בערגער

Published March 09, 2017, issue of March 29, 2017.

דער פּאָעט איז סײַ אַ יחיד — ער, צי זי, שרײַבט אָן אײגענע װערטער אױפֿן סמך פֿון אײגענע מחשבֿות — סײַ אַ רינג אין אַ קײט פֿון פֿריִערדיקע דורות, שטיצערס, פֿרײַנד, פֿאַמיליעס, גאַס און געזעלשאַפֿט. אָן אַ געזעלשאַפֿט שרײַבט ער נישט; אָן אַן אײגענעם מוח װעט קײן פּען נישט אָנרירן די פּאַפּיר.

װי דער פּאָעט, אַזױ איז יעדער מענטש. בשעת דער פּראָזאַיִקער, דער ראָמאַניסט, מוז צענטרירן די מעשׂה אין אַ װעלט פֿון מענטשן (װײַל אַ ראָמאַן פֿון אײן פּערזאָן איז דין און בלאַס), קען אַ ליד זײַן דאָס קול פֿון אײנזאַמקײט, פֿון איזאָלירטקײט, און פֿון אײנעם, װאָס שטעלט זיך אַקעגן דער תּורה פֿון דער דרױסנדיקער װעלט.

אַהרן טאַוב שאַפֿט אַזאַ מין דינאַמיק פֿון בילאַנץ אין זײַן נײַעם ביכל פּאָעזיע, ”די בילדונג פֿון אַ געלן נאַרציס: פּראָזעלידער“. די קורצע לידער זענען אַ געמיש פֿון פּראָזע־באַשרײַבונגען און לירישע נאַראַטיװן. אָפֿט מאָל ווערט עס דערצײלט פֿונעם קוקװינקל פֿון אַ יחיד, אַן אָפּגעזונדערטן און איזאָלירטן, און דערבײַ שטעלט דער באַנד מיט זיך פֿאָר אַן אױספֿאָרשונג און פֿונאַנדערװיקלונג פֿונעם באַגריף „אײנזאַמקײט.“ װאָס מײנט עס, װען אַ מענטש גײט זיך זײַן אײגענעם װעג און לאָזט איבער די גאַס װוּ ער איז אױפֿגעװאַקסן, די משפּחה װאָס האָט אים (צי זי) אױפֿגעװאָדעװעט, די קלאַנגען און טעמען װאָס האָבן אים באַגלײט כּל־ימיו?

טאַובס ביכל ענטפֿערט אױף דער פֿראַגע אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. דער טיטל אַלײן, די בילדונג פֿון אַ געלן נאַרציס, איז אַ רמז אױף דעם אינהאַלט. ערשטנס, איז „בילדונג“ (אױף ענגליש „עדיוקײשן“) אַ טערמין פֿון דער אױפֿקלערונג װאָס פֿאַררופֿט זיך אױף דער פֿאָרמירונג פֿון כאַראַקטער. ס׳איז נישט אַ רעליגיעזע דערציִונג, נישט קיין חינוך. אַזױ אַרום פֿאַרשטײען מיר שױן אַז דאָ גײט די רײד װעגן דער אַנטװיקלונג פֿון אַ יחיד. דאָס אויסשטאַלירן זיך פֿון אַ פּערזענלעכקײט.

צװײטנס, דער „נאַרציס“: כאָטש אױף ייִדיש איז פֿאַראַן אַן אָפּקלאַנג פֿון ראַפֿינירטע בילדער, אַרטיסטישע גערטנער פֿאַרטראַכט אין אַן אײראָפּעיִשן פּאַלאַץ, אָדער אַ פּאָרטרעט אױף דער װאַנט פֿון אַ מוזײ — אַלע אימאַזשן װאָס פֿיגרורין בײַ טאַובן — איז דער ענגלישער „דאַפֿאָדיל“, װי איך האָב אָפּגעלערנט בײַם פּאָעט אין אײנעם אַ ליד, עפּעס אַנדערש. ס׳איז אַ חוזקדיקע צונעמעניש פֿאַר אַ האָמאָסעקסואַליסט (ענלעך צום טערמין „פֿײגעלע“).

טראָגט דער טיטל אַ טאָפּלטע רעזאָנאַנץ: ערשטנס, װערט דער נאַרציס אָפּגעבילדעט, צװײטנס, װערט דער יחיד „אױסנאַרציסעװעט“. מיט אײן װאָרט, ער ”קומט אַרױס פֿון דער שאַפֿע“ און נעמט אָן זײַן נאַרציסיקע אידענטיטעט.

נישט בלױז אַ בלום, נאָר אַ „גײ“־בלום.

די באַציִונג צווישן יחיד און כּלל, ייִד און גױ, און ייִדיש און ענגליש זײַנען דרײַ זײַלן פֿון דער זאַמלונג, און פֿלעכטן זיך צונויף.

ס׳רובֿ פֿונעם ביכל איז אָפּגעגעבן דעם ענגלישן תּוכן, װאָס איז זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך צוליב די פֿאָדערונגען פֿונעם הײַנטיקן פּאָעטישן מאַרק און פֿונעם פּאָעט אַלײן, װאָס שרײַבט אױף ענגליש װי אַן ערשטע שפּראַך, און מאַמע־לשון װי אַ צװײטע, עמאָציאָנעלע אָנגעלאָדענע באַליבטע שפּראַך, דאָס לשון פֿון רמזים און באַהאַלטענע מוראס, װי (אַזױ שטײט אין אײן טיטל) דער טיגער אױפֿן בױדעם, װאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר סײַ די רױע פֿאַרגאַנגענהײט, סײַ די סטראַשענדיקע איצטיקײט.

מע װאָלט זיך געקענט אַרײַנלאָזן אין אַ פּרטימדיקן קאַטאַלאָג פֿון די פֿיל העלדן און סיפּורי־מעשׂיות װאָס באַפֿעלקערן דאָ די ענגלישע לידער. פֿאַראַן פֿרױען װאָס באַשליסן נישט צו קאַנדידירן פֿאַר אַ פּאָליטישן אַמט, צוליב פּאַסיװקײט אָדער צוליב צופֿרידנקײט מיטן איצטיקן לעבן. מע באַקענט זיך מיט אַ צאָל טעכטער װאָס מוזן האָבן צו טאָן מיט מוטערס אױף פֿאַרשײדענע קאָמפּליצירטע און אומקלאָר־פּראָבלעמאַטישע אופֿנים. ס׳איז אַ פּאָעטיק פֿול מיט סאַלאָנען און װױנצימערן, און די דערשטיקטע געװײנען װאָס אַן אַנדער אױער װאָלט נישט דערהערט.

דאָ װעלן מיר אָבער זיך קאָנצענטרירן אױף די זיבן לידער אויף ייִדיש, װאָס לײענען זיך מערסטנס (דאָס איז נישט געמײנט װי קריטיק, נאָר אַן אײַנדרוק) װי איבערזעצונגען פֿון זײערע ענגלישע פּאָרלעך.

אין דעם ביטערן־קאָמישן „משל־אַזהרה“ איז דער „נימשל“ אַ פֿרױ, אַן אָפּגעפֿאָרענע פֿון דרך, װאָס איז אַ מאָל געװען אַ „געראָטענע“ לױט די אָנגענעמענע פּריאָריטעטן פֿון דער גאָר פֿרומער געזעלשאַפֿט: פֿעמינין, קלוג, און געשיקט (”די הױט אַזױ װי געלײשט מיט פּערל… מענער האָבן געגאַפֿט בשעת זי האָט שפּאַצירט אין גאַס“; געװען „עלעגאַנט, הײליק, אַן עילוי“). איצט אָבער, צוליב נישט קײן דערמאָנטע סיבות, איז זי אַ „נעבעך, נעבעך, אַזאַ נעבעך“. דער צוגאַנג פֿון ליד איז אַ בײַסיקער, װײַל די פֿרױ װערט נאָר געמישפּט פֿון דער נאַראַטאָרשע, אָן צו הערן אירע אײגענע רײד. איז זי טאַקע אַזאַ נעבעך? װאָס איז מיט איר געשען, און װי אַזױ פֿילט זי זיך װעגן דעם אַלעם? זעלטן װען זעט מען אין דעם באַנד אַ פֿיגור װאָס איז נישט װערט, און נישט געשאָנקען, כאָטש אַ טראָפּן מיטגעפֿיל, און דאָס דאָזיקע ליד װאַרפֿט זיך אין די אױגן אין דעם פּרט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.