פֿונדאַציע זוכט ייִדיש־פּראָיעקטן צו שטיצן

Foundation Seeks Yiddish Projects to Support

די באַטייליקטע אויף דער „ייִדיש־סוף־וואָך‟ אין אויסטראַליע אין 2015. די „בנימין שעכטער־פֿונדאַציע‟ האָט אונטערגעשטיצט די הײַיאָריקע פּראָגראַם
די באַטייליקטע אויף דער „ייִדיש־סוף־וואָך‟ אין אויסטראַליע אין 2015. די „בנימין שעכטער־פֿונדאַציע‟ האָט אונטערגעשטיצט די הײַיאָריקע פּראָגראַם

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published March 09, 2017, issue of March 29, 2017.

די „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור אויפֿן נאָמען פֿון בנימין שעכטער‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז זי נעמט איצט אָן אַפּליקאַציעס פֿון מענטשן, וואָס ווילן באַקומען פֿינאַציעלע שטיצע פֿאַר זייערע פּראָיעקטן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך.

די אָרגאַניזאַציע וויל אונטערשטיצן פּראָיעקטן וואָס זענען „גוט אויסגעקלערט‟ און וואָס וועלן מוטיקן מענטשן צו רעדן, לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש. די סובסידיעס, וואָס באַטרעפֿן צווישן 1,000$ און 3,000$ דאָלאַר, האָבן פֿריִער אונטערגעשטיצט אַזעלכע פּראָיעקטן ווי אַ ייִדיש־שפּראַכיק ווערטערבוך, די „ייִדיש־וואָך‟, ייִדיש־קלאַסן אויף דער אינטערנעץ, און לערנביכער.

די וואָס ווילן אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע (ביזן 30סטן מאַרץ) מוזן געבן אַ קיצור פֿונעם פּראָיעקט, ווי אויך די נעמען און קורצע ביאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע אָנפֿירער. מע בעט אויך, אַז די אַפּליקאַנטן זאָלן אָנווײַזן די סומע געלט וואָס מע וויל באַקומען און צושטעלן אַ בודזשעט פֿונעם פּראָיעקט, וואָס רעכנט אַרײַן אַנדערע מעגלעכע קוואַלן פֿון געלט. די אַפּליקאַציעס מוזן געשריבן ווערן אין גאַנצן אויף ייִדיש.

פֿאַראינטערעסירטע זאָלן אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע אויף rukhls@gmail.com.

די „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור אויפֿן נאָמען פֿון בנימין שעכטער‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1968 דורך מרדכי און טשאַרנע שעכטער ז׳׳ל לזכר דעם אָנדענק פֿון מרדכיס פֿאָטער בנימין. בנימין שעכטער איז געווען אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט, וואָס האָט ממש „עולה־רגל‟ געווען, כּדי צו קענען בײַזײַן אויף דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין 1908. אַחוץ דעם אונטערשטיצן די פּראָיעקטן פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און יחידים האָט די „בנימין שעכטער־פֿונדאַציע‟ אויך אַרויסגעלאָזט אירע אייגענע פּובליקאַציעס, אַרײַנגערעכנט טערמינאָלאָגישע וועגווײַזערס אויף אַזעלכע געביטן ווי עסן, אויפֿהאָדעווען קינדער, געוויקסן, ווי אויך קאָנספּעקטן פֿאַר קורסן וועגן דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע. אַ סך פֿון די דאָזיקע אויסגאַבעס האָט מען שפּעטער אַרויסגעלאָזט אין פֿאַרגרעסערטע אויפֿלאַגעס דורך דער „ייִדיש־ליגע‟.