פֿלאָרידע — אַ שמאַלצגרוב פֿון מענער (קאַפּיטל 1)

Florida: A Gold Mine for Women (Chapter I)

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published March 10, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

לייענענדיק די ווערטער זע איך איצט, אַז עפּעס איז דאָ נישט גלאַט געווען מיט דעם שלמה. נו, ווי זאָגט מען? לאַחר־המעשׂה איז יעדערער אַ חכם, אָבער אין דעם מאָמענט האָב איך זיך געפֿילט ווי אַ פּרינצעסין אין אַ בײַקע. ווי דאָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען איז אין גאַנצן מחוץ־לדרך־הטבֿע. דער אייבערשטער האָט געזען ווי שטאַרק איך וויל חתונה האָבן און וויפֿל איך דאַווען דערויף, האָט ער מיר געשיקט די סימע פֿון קליוולאַנד מיך צו דערמאָנען אין דעם קורצן מאַן אין באָקאַ וואָס צען יאָר גייט ער כּמעט אויס פֿון ליבע פֿאַר מיר. און נאָך זוכן איין שעה דורך אַלע אַלטע געלע פּאַפּירן האָב איך געפֿונען זײַן טעלעפֿאָן און ער איז טאַקע געווען דער זעלבער! ווער וואָלט אַנדערש געזאָגט ווי עס איז געווען באַשערט? און כ׳האָב אַזוי שטאַרק געוואָלט אַז עס זאָל זײַן אמת, אַז כ׳האָב מער נישט געטראַכט וועגן ווי קורץ ער איז און וואָס ס׳האָט פּאַסירט מיט זײַן ווײַן געשעפֿט — אַז ער האָט אָנגעהויבן צו טרינקען דעם ווײַן אַנשטאָט אים צו פֿאַרקויפֿן. איך האָב געפֿילט ווי איך בין אײַנגעהילט אינעם ראָזעווען נעפּל־שלייער פֿון אַ קינדער־מעשׂהלע.

מײַנע באַקן האָבן געפֿלאַמט פֿאַר פֿרייד, האָב איך זיך שוין מודה געווען פֿאַר אים, אַז דאָס בין איך טאַקע — חנה־פֿײַגל . איך האָב אים געזאָגט אַז דער מאַן מײַנער איז מיר, נעבעך, געשטאָרבן מיט זעקס יאָר צוריק… און איך וועל זײַן אין פֿלאָרידע אין צוויי וואָכן אַרום.

ס׳איז שטיל געוואָרן פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער נישט אין גאַנצן שטיל. ווען איך האָב זיך גוט צוגעהערט האָב איך געמיינט אַז איך הער ווי ער זיפּט מיט דער נאָז און וויינט שטילערהייט.

”שלמה, האָסטו מיך געהערט?“

”יאָ, יאָ. איך האָב געהערט. איצט דערקען איך דײַן קול. דו האָסט דעם טעלעפֿאָן, איז לאָז מיך וויסן ווען דו קומסט אָן און אויף וואָסער ליניע, וועל איך דיך אָפּוואַרטן. איך האָב אַ טונקל־קאַרש רויטן מערצעדעס.“

כ׳האָב אַפֿילו נישט געקענט דעם אָטעם כאַפּן ביז דער טעלעפֿאָן האָט אָנגעהויבן צו קלינגען, און אין קנאַפּע פֿינף מינוט האָב איך אַראַנזשירט נאָך צוויי ראַנדקעס אינעם שמאַלצגרוב פֿון מענער — פֿלאָרידע! דער שלמה וועט מיך אָפּנעמען פֿון פֿליפֿעלד זונטיק. מיטן צווייטן וועל איך עסן מיטאָג מאָנטיק, און מיטן דריטן וועל איך מאָנטיק אָוונט עסן וואַרעמעס אין אַ נײַעם סטייק־רעסטאָראַן אין באָקאַ. טעלעפֿאָניש איז איינער געווען בעסער ווי דער פֿריִערדיקער. דניאל, דער צווייטער, איז אַ הויכער, אַ שלאַנקער. ער איז אַ קינסטלער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאָטאָגראַף און אַ שרײַבער דערצו. דער דריטער, לייזער, איז אַ פּענסיאָנירטער בוכהאַלטער, אויך אַ הויכער. האָב איך שוין געהאַט מיט וועמען צו רעדן די צוויי וואָכן פֿאַר דער רײַזע. און איר קענט זיך פֿאָרשטעלן ווי איך האָב אַרויסגעקוקט אויף זיך באַקענען מיט די אַלע קאַוואַליערן. אַ צוגאָב צו מײַן פֿרייד איז געווען וואָס דער אַפּעטיט מײַנער איז אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן, האָב איך פֿאַרלוירן די לעצטע פֿינף פֿונט, וואָס זענען מיר פֿריִער אַזוי שווער געווען אַראָפּצוּוואַרפֿן פֿון זיך.


ס׳איז שוין געווען נאָך שבת. כ׳האָב זיך שוין געהאַט אײַנגעפּאַקט אויף דער רײַזע, ווען כ׳האָב זיך געכאַפּט אַז אַ גאַנצע וואָך איז שוין פֿאַרבײַ און איך האָב מיט שלמהן נישט גערעדט. איך האָב זיך געוואָלט מיט אים ווידער פֿאַרשטענדיקן וועגן וווּ און ווען מיר וועלן זיך טרעפֿן ווען איך קום צו מאָרגנס אָן קיין פֿלאָרידע איינס אַ זייגער נאָך מיטאָג. האָב איך אים אָנגעקלונגען אין דער היים. כ׳האָב זיך גלײַך געדאַרפֿט כאַפּן אַז עפּעס איז דער מער, ווײַל ער האָט באַלד געענטפֿערט מיט אַ בייזן קול: ”וואָס ווילסטו?!“

”דאָס בין איך, חנה־פֿײַגל,“ און איך האָב געוואָלט צוגעבן, ”די וואָס אין איר ביסטו אַזוי פֿאַרליבט די לעצטע עטלעכע יאָר“. אָבער געזאָגט האָב איך: ”כ׳וויל נאָר זײַן זיכער, שלמה, אַז דו ווייסט ווען מײַן עראָפּלאַן קומט מאָרגן אָן.“

ער האָט מיר געענטפֿערט מיטן זעלבן גרילציקן קול ווי פֿריִער. ”האָסט מיך נישט געדאַרפֿט דערמאָנען! מיינסט איך בין תּמעוואַטע?“ און האָט אויפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל.

כ׳בין געשטאַנען ווי פֿאַרגליווערט, מיט אַן אָפֿן מויל. כ׳האָב נישט פֿאַרשטאַנען וואָס ס׳האָט ערשט געהאַט פּאַסירט. ווי זאָל איך דאָס פֿאַרשטיין? כ׳האָב זיך אַוועקגעזעצט בײַם טיש, פֿאַרקנייטשט דעם שטערן און געטראַכט ביז איך בין געקומען צו אַן ענטפֿער: ער איז זייער אויפֿגעהײַטערט וואָס איך קום, וואָס נאָך אַזוי לאַנגן חלומען וועגן מיר וועט ער מיך זען פּנים־אל־פּנים. איז ער נערוועז! אַנדערש קען מען דאָס נישט פֿאַרשטיין. איך מוז זיך אַליין באַרויִקן, און אים באַרויִקן ווען איך זע אים, און אַלץ וועט זײַן גוט.

אַזוי האָב איך געטראַכט ווײַל איך בין אַ נאַר. איך טײַטש אַלץ אויס צום גוטן. ווי די מאַמע פֿלעגט זאָגן: ”בוכלערע און שׁכל האָבן גאָרנישט צו טאָן איינס מיטן צווייטן.“ דאָס האָט זי געמיינט צו זאָגן, אַז איך בין צו געבילדעט און ווייס גאָרנישט וועגן לעבן. זי האָט אויך געזאָגט: ”נעם אַרויס די נאָז פֿון די ביכער און קוק זיך בעסער אַרום, וועסטו זען אַ וועלט פֿאַר די אויגן,“ וואָס מיינט די זעלבע זאַך. און איך מוז זאָגן אַז זי איז געווען גערעכט. הערט אַ מעשׂה!


דער עראָפּלאַן האָט געלאַנדט צו דער צײַט. איך האָב געהאַט די וואַליסקע מיט זיך, בין איך אַרויס פֿונעם טערמינאַל אויף דער גאַס. כ׳האָב געוואַרט און געוואַרט און קיין מערצעדעס נישט געזען. דעם אמת געזאָגט האָב איך נישט געהאַט קיין שום אַנונג ווי אַ מערצעדעס זעט אויס. ס׳איז מיר אויך אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר, נאָך צען יאָר, וועט ער מיך אויך נישט דערקענען, האָב איך אים אָנגקלונגען און ווען ער האָט נישט געענטפֿערט האָב איך פֿאַר אים געלאָזט אַן אָנזאָג באַשרײַבנדיק וואָס איך טראָג…און ווײַטער געוואַרט. כ׳האַב אָפּגעוואַרט אַ האַלבע שעה, ביז אַ פֿרוי וואָס איז אויך דאָרט געשטאַנען האָט מיך געפֿרעגט אויף וועמען איך וואַרט. איך האָב איר דערציילט, אַז איך וואַרט אויך אַ טונקל רויטן מערצעדעס און איך ווייס נישט ווי אַזאַן אויטאָ זעט אויס. זי האָט מיר צוגעזאָגט אַז זי ווייסט יאָ און וועט מיר זאָגן ווען זי וועט אים זען. ווען זי האָט מיך געפֿרעגט אַוואָסער אַרבעט איך טו האָב איך איר געזאָגט, אַז איך לערן ייִדיש און איך בין אויך אַ שדכנטע. ווי באַלד זי האָט דערהערט דאָס וואָרט ׳שדכנטע׳ זענען די אויגן בײַ איר גרעסער געוואָרן, און זי האָט מיר אָנגעהויבן דערציילן וועגן איר שוועסטער וואָס איז 45 יאָר אַלט און וויל זייער חתונה האָבן. האָב איך איר אָנגעהויבן פּראָפֿעסיאָנעל צו עצהן וואָס זי דאַרף דער שוועסטער זאָגן: זי מוז פֿאַרשטיין אַז געפֿינען אַ מאַן איז אַ פֿולע שטעלע. כ׳האָב מער געהאַט איר צו זאָגן אָבער זי האָט געגעבן אַ פּישטש: ”אָט איז דער מערצעדעס!“