חורבן און טאָלעראַנץ — טעמעס פֿון אַבֿי האָפֿמאַנס נײַער סעריע

Holocaust and Tolerance, Themes of Avi Hoffman's New Performance Series


פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published March 10, 2017, issue of March 29, 2017.

דער ייִדישער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז ער וועט אויפֿטרעטן אין אַ ריי פֿאָרשטעלונגען אין ניו־יאָרק און דרום־פֿלאָרידע, וואָס וועלן לערנען דעם ברייטן עולם וועגן דעם חורבן און דער וויכטיקייט פֿון טאָלעראַנץ. די סעריע, וואָס ווערט אונטערגעשטיצט דורך דער אָפּטיילונג פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם מיאַמיער אוניווערסיטעט און אַ ריי אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וועט אַרײַננעמען ענגלישע און ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, קאָנצערטן און רעפֿעראַטן.

בײַם אָנהייב פֿון דער סעריע, דעם 10טן ביזן 12טן מאַרץ, וועט האָפֿמאַן פֿאָרשטעלן דזשייק ערנרײַכס פּיעסע „אַ ייִד וואַקסט אין ברוקלין‟, וואָס דערציילט וועגן ערנרײַכס לעבן ווי אַ קינד פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס איז געוואָרן אַ קאָמיקער אין די קעטסקיל־בערג. די פּראָגראַם, אין קאָראַל־ספּרינגס, ווערט פֿאָרגעשטעלט דורכן איניציאַטיוו „ייִדישקייט פֿאַרווײַלונג‟ וואָס ווערט אונטערגעשטיצט דורך דער אָרגאַניזאַציע „פֿון דור צו דור‟, בשותּפֿות מיטן „ייִדישן טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון יוסף פּאַפּ.‟

מרים און אַבֿי האָפֿמאַן וועלן דעם 20סטן מאַרץ אויפֿטרעטן מיט אַ רעפֿעראַט, „הירהורים פֿון אַ פֿאַרלוירענעם פּאָעט: דאָס לעבן און ווערק פֿון איציק מאַנגער‟ אין מיאַמי־ביטש.

אין פֿאָרט־לאַודערדייל וועט האָפֿמאַן דעם 30סטן מאַרץ אָנטייל נעמען אין דער פּיעסע „אומבאַקאַנטער אַדרעס‟ בײַם „לאָס אָלאַס ייִדישן צענטער‟. די פּיעסע שילדערט די געשיכטע פֿון אַ ייִדישן קונסטהענדלער און זײַן געוועזענעם שותּף, וואָס ווערט אַ פֿאַרברענטער נאַצי.

עטלעכע מאָל אין פֿלאָרידע און ניו־יאָרק וועט מען אויסשפּילן די קינסטלערישע פּראָגראַם „דער דאַכאַו־אַלבאָם: אַ צווישן־רעליגיעזער חורבן־פּראָיעקט‟, וואָס „בינדט צונויף די וועלטן פֿון קריסטלעכקייט, ייִדישקייט, קונסט, רעאַליטעט, לעבן, טויט, און דעם טריִומף פֿונעם מענטשלעכן גײַסט.‟

דינסטיק, דעם 4טן אַפּריל, וועט אַבֿי האָפֿמאַן פֿאָרשטעלן די פּיעסע „אַ פֿריילעכער סוף‟ פֿון עדו נתּניהו (דער ברודער פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער), וואָס שילדערט דאָס לעבן פֿון אַ ייִדישער משפּחה אין דײַטשלאַנד בשעתן חורבן. די פֿאָרשטעלונג וועט פֿאָרקומען 7 אַזייגער אין אָוונט בײַם JCAT־טעאַטער אין מיאַמי־ביטש.

פֿונעם 3טן ביזן 21סטן מײַ וועט מען בײַם JCAT־טעאַטער אין מיאַמי־ביטש פֿאָרשטעלן די וועלט־פּרעמיערע פֿון בען אַנדראָנס פּיעסע „צעבראָכענע שניי‟. די שפּיל, מיט אַבֿי האָפֿמאַן און ניקאָלאַס ריכבערג, שילדערט צוויי פֿרעמדע וואָס טרעפֿן זיך איבער אַ בשותּפֿותדיקן סוד וועגן זייער משפּחה־געשיכטע.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער באַשטעלן בילעטן צו די פֿאָרשטעלונגען, באַזוכט: http://www.broadwayworld.com/miami/article/Activist-Avi-Hoffman-To-Create-Programming-For-Holocaust-Awareness-20170307.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.