נאָך זעקס אָנגעשטעקט מיט הערפּעס צוליב מציצה־בפּה

Six More Babies Infected with Herpes Due to Circumcision Rite

GETTY IMAGES

פֿון דניאל סאָלאָמאָן (Forward)

Published March 12, 2017, issue of March 29, 2017.

זינט 2013 זענען זעקס עופֿלעך פֿון חרדישע משפּחות אין דער שטאָט ניו־יאָרק אָנגעשטעקט געוואָרן מיט הערפּעס צוליב דעם מציצה־בפּה ריטואַל, גיט איבער אַ באַריכט פֿון דער ”דיילי ניוס“.

דער ריטואַל, אין וועלכן דער מוהל ניצט זײַן מויל אָפּצונעמען דאָס בלוט בײַ אַ נאָר־וואָס געמלטן קינד, איז עד־היום אַ פֿאַרשפּרייטע אין די חסידישע קרײַזן.

אין 2013 האָט דער ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער ביל דע־בלאַזיאָ געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיטן חסידישן ציבור, אַז די מוהלים מעגן נאָך אַלץ דורכפֿירן דעם פּראָצעדור. בעת דער קאַדענץ פֿונעם פֿריִערדיקן בירגערמײַסטער, מײַקל בלומבערג, האָט דער ניו־יאָרקער געזונט־דעפּאַרטאַמענט געהאַט געפֿאָדערט, אַז איידער אַ מוהל קאָן מאַכן מציצה־בפּה אויפֿן קינד, מוזן די עלטערן אונטערשרײַבן אַ דאָקומענט וואָס וואָרנט זיי, אַז דער ריטואַל קאָן שאַטן דאָס לעבן פֿון זייער קינד.

דע־בלאַזיאָ, וואָס באַקומט אַ סך פּאָליטישע שטיצע פֿון דער חסידישער קהילה, האָט אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן, אַז די עלטערן מוזן אונטערשרײַבן אַזאַ וואָרענונג איידער מע מאַכט מציצה בפּה. לויטן איצטיקן אָפּמאַך איז דער חסידישער ציבור אַליין פֿאַראַנטוואָרטלעך צו באַשטעטיקן, אַז די מוהלים האָבן ניט הערפּעס.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, זענען די דאָזיקע טעסטן ניט גענוג צו באַשיצן די קינדער פֿונעם ווירוס. דאָס לעצטע קינד וואָס האָט באַקומען הערפּעס איז געלעגן 14 טאָג אין שפּיטאָל. זינט 2000 זענען כאָטש 24 עופֿלעך אָנגעשטעקט געוואָרן צוליב מציצה בפּה. צוויי זענען געשטאָרבן דערפֿאַר און נאָך צוויי ליידן פֿון לעבן־לאַנגע פּראָלבעמען מיטן מוח.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.