ישׂראלדיקע לערן־סיסטעם פֿאַרלאַנגט פֿון עלטערן אין מיזרח־אַזיע

Israeli Learning System Wanted by Families in East Asia

Courtesy by hippy-international.org

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 14, 2017, issue of March 29, 2017.

אַ פּעדאַגאָגישע פּראָגראַם פֿאַר עלטערן, אַנטוויקלט דורך פֿאָרשערס בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, וועט אויך העלפֿן די עלטערן אין כינע און קאָרעע בעסער צוגרייטן זייערע פֿאָרשול־קינדער צום לערנען.

לויט אַן אַרטיקל אין Times of Israel, האָט די ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגישע פֿאָרשפֿירמע „ייִשׂום“ געחתמעט אַן אָפּמאַך מיט אַ כינעזישער סאָציאַלער חסד־אונטערנעמונג און אַ דרום־קאָרעיִשער דערציִונג־פֿירמע, כּדי אַרײַנצופֿירן די פּראָגראַם אין יענע לענדער. די פּראָגראַם הייסט „היפּי“ — אַן אַקראָנים פֿון Home Instruction for Parents and Preschool Youngsters (לערן־פּראָגראַם אין דער היים פֿאַר עלטערן און פֿאָרשול־קינדער).

„היפּי“, געשאַפֿן אין 1969, ווערט שוין געניצט פֿון 20,000 משפּחות אין פֿאַרשידענע לענדער, אַרײַנגערעכנט אויסטראַליע, עסטרײַך, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, ישׂראל, ליבעריע, נײַ־זעלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צום ערשטן מאָל האָט מען עס איצט פֿאַרקויפֿט אין מיזרח־אַזיע. די „היפּי“־פּראָגראַם העלפֿט טאַטע־מאַמעס צוצוגרייטן די קינדער אויף דער שול, בפֿרט אַזוינע קינדער מיט אַ הויכער ריזיקע צוליב אָרעמקייט, באַגרענעצטער דערציִונג און שפּראַך־מניעות. די פּראָגראַם אַרבעט דירעקט מיט די עלטערן אין דער היים ניצנדיק ביכער און פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן.

דערצו קומען פּעדאַגאָגן צו טאַטע־מאַמע אַהיים און לערנען מיט זיי דרײַסיק וואָכן לאַנג ווי אַזוי צו ניצן די מאַטעריאַלן. אַזוי אַרום פֿאַרשטאַרקט מען די פֿעיִקייטן בײַ די עלטערן צו דינען ווי די ערשטע לערער פֿונעם קינד, און זיי צוגרייטן מצליח צו זײַן אין דער שול. די פּראָגראַם האַלט פֿאַר אַ פּרינציפּ, אַז אַ פֿריִע דערציִונג איז אַ קריטישער עלעמענט אינעם קינדס לערנען זיך, איבער הויפּט ווען מע שטאַמט פֿון משפּחות מיט ווייניק פּרנסה.

די לערן־פּראָגראַם נעמט אַרײַן מעשׂה־ביכלעך און גרונט־שולוואַרג ווי, למשל, געאָמעטרישע פֿאָרמען, שערעלעך און קרײַדלעך, וואָס העלפֿן אַנטוויקלען די שפּראַך, לאָגיש קלערן, פֿאַרענטפֿערן פּראָבלעמען און אַנדערע העכערע פֿעיִקייטן.

די פּראָגראַם אין כינע און קאָרעע האָט מען באַאַרבעט כּדי נאָכצוקומען די פֿאָדערונדען אין יענע לענדער פֿון די העכערע און מיטעלע קלאַסן. למשל, דאָרטן וועלן העלפֿן די טאַטע־מאַמעס נישט אַנדערע עלטערן, נאָר פּראָפֿעסיאָנעלע לערערס. הונדערט טאַטע־מאַמעס וועלן זיך באַטייליקן אין דער פּרוּוופּראָגראַם אין סעול, דרום־קאָרעע.

אין כינע, אַ לאַנד מיט אַ גרויסער באַפֿעלקערונג, געפֿינען זיך הונדערטער מיליאָנען פֿאָרשול־קינדער, האָט דערקלערט ייִטשאַן יואַן, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון „אַסדאַן כינע“. עלטערן ווילן דווקא העלפֿן זייערע קינדער, אָבער האָבן אָפֿט מאָל נישט גענוג הדרכה וואָס שייך די בעסטע מיטלען. האָפֿט מען אַז די „היפּי“־פּראָגראַם וועט האָבן אַ גרויסע ווירקונג אויף דער דערציִונג פֿון קינדער אין כינע.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://www.timesofisrael.com/teaching-parents-to-teach-their-kids-hebrew-u-program-goes-to-east-asia.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.