ייִדיש, פֿרומקייט און פֿרומער ייִדישיזם

Yiddish, Piety and Pious Yiddishism


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 14, 2017, issue of March 29, 2017.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/oldarchive/112902)

דעם 15טן פֿעברואַר האָט די רעדאַקציע פֿון דער באַקאַנטער ייִדישיסטישער וועבזײַט „אין געוועב‟ געמאָלדן, אַז זי קלײַבט זיך אַרויסצוגעבן אַ ספּעציעלן נומער פֿון איר אינטערנעץ־זשורנאַל, געווידמעט פֿרומע טעקסטן אויף ייִדיש.

אַחוץ פֿאָרשערישע אַרטיקלען, זענען די רעדאַקטאָרן פֿאַראינטערעסירט אין ענגלישע איבערזעצונגען פֿון געדרוקטע אָדער האַנט־געשריבענע ווערק אויף ייִדיש אויף פֿרומע טעמעס. אַלע פֿאַראינטערעסירטע מוזן צושיקן אַ קורצן תּוכן פֿון זייערע פֿאָרגעלייגטע פֿאָרשונגען, 500-300 ווערטער, ביזן 1טן אַפּריל. אויב די טעמעס וועלן אָנגענומען ווערן, וועלן די באַטייליקטע מוזן צושיקן זייערע אַרטיקלען אָדער איבערזעצונגען ביזן 1טן אויגוסט.

אין דער אַקאַדעמישער וועלט ווערט די ייִדישע שפּראַך אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט וועלטלעכקייט, דעריבער קלינגט דער רוף צו זאַמלען פֿרומע געדאַנקען אויף ייִדיש חידושדיק. אין דער אמתן, האָבן פֿאַקטיש אַלע באַקאַנטע אַלט־ייִדישע ווערק געהאַט אַ פֿרומען עלעמענט ביז דער משׂכּילישער תּקופֿה. ערשט אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך בײַ ייִדן באַוויזן אַ וועלטלעכע ליטעראַטור אינעם הײַנטצײַטיקן זין. פֿונדעסטוועגן, איז זיכער פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק אינעם זשאַנער צווישן אליהו בחורס „באָווע־בוך‟ און, למשל, דעם ליד „המבֿדיל‟ פֿונעם זעלבן מחבר. הרבֿ יחיאל הײַלפּרין, וועלכער האָט געדינט ווי אַ רבֿ אין מינסק מיט 300 יאָר צוריק, רעקאָמענדירט אין זײַן ספֿר „סדר הדורות‟ צו לייענען דאָס „באָוועּ־בוך‟ ווי אַ גוטן מוסר־ספֿר. אַ ריי אַנדערע רבנים אין זײַן תּקופֿה האָבן זיך אָבער באַצויגן צו דער כּמו־וועלטלעכער ליטעראַטור מיט אַ גרויסן חשד. להיפּוך, שטעלט אליהו בחורס „המבֿדיל‟ מיט זיך פֿאָר אַ מין מוצאי־שבתדיקן זמר אויף ייִדיש, וווּ בפֿירוש פֿרומע מאָטיוון ווערן אויסגעמישט מיט אַ סאַטירע קעגן אַ געוויסן מענטש מיטן נאָמען הלל.

אַזוי צי אַזוי, ווען מע רעדט וועגן דעם רעליגיעזן געדאַנק אויף ייִדיש, איז וויכטיק צו באַטראַכטן, וואָס מע מיינט גענוי. די רעדאַקציע פֿון „אין געוועב‟ באַמערקט, אַז זי זאַמלט איצט מאַטעריאַלן וועגן טעאָלאָגישע, גײַסטיקע און אַנדערע רעליגיעזע טעמעס אויף ייִדיש „אינעם ברייטן זינען“. אין געוויסע פֿאַלן איז שווער צו באַשטימען דעם חילוק צווישן סתּם פֿרומקייט און „רעליגיעזן געדאַנק‟. אַ גרויסן טייל אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרנעמען פֿאַרשיידענע תּחינות — פֿאָלקס־תּפֿילות, אָפֿט געשאַפֿן דורך פֿרויען פֿאַר פֿרויען.

ס׳איז שווער צו געפֿינען אַ מער פֿרומען זשאַנער; אָפֿט מאָל זענען די תּחינות דורכגעזאַפּט מיט אַ באַזונדערס אינטענסיוון טעם פֿון עבֿודת־השם. קיין אָריגינעלע טעאָלאָגישע אָדער פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען זענען אָבער אין די דאָזיקע טעקסטן, געוויינטלעך, נישטאָ. פֿון דער צווייטער זײַט, שפּיגלען אָפּ די פּשוטע תּפֿילה־ווערטער אַ געוויסן וועלטבאַנעם און אַ פּערזענלעכע באַציִונג צום רבונו־של־עולם. מע קאָן זאָגן, אַז אין יעדער תּחינה שטעקט אַ געוויסע פֿאָלקס־פֿילאָסאָפֿיע.

פֿון דער צווייטער זײַט, זענען ווײַט נישט אַלע משׂכּילישע מחברים געווען אַפּיקורסים. מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט געלערנט אין דער זשיטאָמירער מאָדערנער מלוכה־געשטיצטער ישיבֿה. זײַענדיק אַ רבֿ, האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער אָדעסער תּלמוד־תּורה. אין זײַנע קלאַסישע ווערק אויף ייִדיש קריטיקירט ער די חסרונות פֿון דער דעמאָלטיקער ייִדישער געזעלשאַפֿט; אין זײַן קריטיק דריקט זיך אויס זײַן אייגענעם מאָדערנעם צוגאַנג צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט. צי זאָל מען באַטראַכטן אַזעלכע גאַנץ וועלטלעכע ווערק, ווי מענדעלעס דערציילונגען און ראָמאַנען, אויך ווי אַ מין באַהאַלטענע אויסדרוקן פֿון רעליגיעזע געדאַנקען?

מײַן ערשטער אָריגינעלער אַרטיקל אינעם „פֿאָרווערטס‟, נישט נעמענדיק אין באַטראַכט באַאַרבעטע איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן אויף ייִדיש, איז דערשינען אין נאָוועמבער 2002, כּמעט מיט 15 יאָר צוריק. די טעמע איז געווען „קבלה, חסידיזם און ייִדישיזם‟. דעמאָלט האָב איך איבערגעציילט עטלעכע שיטות אינעם חסידישן געדאַנק, לויט וועלכע ייִדיש איז אַ הייליקע און אַפֿילו משיחישע שפּראַך. וווינענדיק אינעם חסידישן לאָנדאָנער קוואַרטאַל סטעמפֿאָרד־היל, האָב איך מיט פֿאַרגעניגן איבערגעלייענט אַ קול־קורא אין איינער פֿון די דאָרטיקע סאַטמאַרער שילן, וואָס האָט גערופֿן ייִדן צו רעדן אויף ייִדיש צוליב מיסטישע סיבות, אויפֿן סמך פֿון רבי ישׂראל ווילעדניקער. דער דאָזיקער באַרימטער חסידישער צדיק דערקלערט אין זײַן ספֿר „שארית־ישׂראל‟, אַז ווען ייִדן לערנען די הייליקע תּורה ענינים אויף ייִדיש, ווערן אינעם הימל צונויפֿגעשטעלט די אבֿרים פֿון משיח; אַזאַ פּראָצעס האָט דערזען רבי מאָטל טשערנאָבילער בעת זײַן עלית־הנשמה. אַזוי ווי דאָס אוראַלטע לשון־תּרגום, די אַמאָליקע ייִדישע אומגאַנג־שפּראַך, דינט ייִדיש ווי אַ מיסטישער פּרוכת צווישן לשון־קודש און די געוויינטלעכע וועלט־לשונות, אויספֿירנדיק דערבײַ אַן אייגענע מעטאַפֿיזישע ראָלע. די גאולה וועט קומען, ווען דער באַנוץ פֿון ייִדיש וועט דערגרייכן אַ געוויסע גאַנצקייט.

הגם דער דאָזיקער געדאַנק פֿונעם ווילעדניקער רבין איז אָנגעשריבן געוואָרן אויף לשון־קודש, איז ער אינטערעסאַנט סײַ פֿון דער טעאָלאָגישער, סײַ פֿון דער ייִדישיסטישער פּערספּעקטיוו. לויט „שארית־ישׂראל‟ באַקומט זיך, אַז משיח איז נישט אַ פּשוטער בשׂר־ודם, אָבער זײַן מיסטישער גוף ווערט צונויפֿגעשטעלט אין גן־עדן דווקא צוליב דעם באַנוץ פֿונעם געוויינטלעכן מאַמע־לשון — ייִדיש — פֿאַר הייליקע צוועקן. דער סאַמע וועלטלעכער אַספּעקט פֿון ייִדישקייט, די גערעדטע שמועס־שפּראַך, טראָגט אין זיך אַ משיחישן כּוח. זינט מײַן אַלטן אַרטיקל, האָב איך זיך באַקענט מיט אַ ריי אַנדערע חסידישע געדאַנקען אינעם דאָזיקן געביט.

רבי אַהרן ראָט, דער גרינדער פֿונעם „תּולדות־אַהרנער‟ חסידות, דערקלערט אין זײַן עיקר־ספֿר „שומר־אמונים‟, אַז ייִדיש דינט ווי אַ מיסטישע סגולה קעגן די כּוחות פֿון סיטרא־אַחרא. נישט צופֿעליק איז ייִדיש ענלעך צו דײַטש; ווען ייִדן וואָלטן נישט גערעדט אויף ייִדיש, וואָלטן די דײַטשן, חלילה, געקאָנט אומברענגען דעם גאַנצן כּלל־ישׂראל. ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה זענען געראַטעוועט געוואָרן צוליב דעם מעטאַפֿיזישן כּוח פֿון ייִדיש, וואָס האָט געדינט ווי אַ מין פּאַנצער קעגן די דײַטשן דווקא צוליב דער אויבערפֿלעכלעכער ענלעכקייט צווישן די שפּראַכן. רבי אַהרן ראָט גיט צו, אַז פֿאַר אַנדערע ייִדישע עדות איז אויך וויכטיק צו רעדן אויף זייערע ספּעציפֿישע אומגאַנג־שפּראַכן; ער רופֿן די מיזרחדיקע ייִדן פֿון אַראַבישע לענדער צו רעדן אויף ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַראַביש.

די עשׂרת־הדברות הייבן זיך אָן מיטן וואָרט „אָנוכי‟. די חז״ל באַמערקן, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט שטאַמט פֿון מיצריש. פֿאַרוואָס זשע האָט דער אייבערשטער אָנגעהויבן צו אַנטפּלעקן די תּורה אויפֿן באַרג סיני נישט אויף לשון־קודש, נאָר אויף דער שפּראַך פֿון די מיצרים, די פֿאַרשקלאַפֿער פֿון ייִדן? דער מונקאַטשער רבי, דער מחבר פֿונעם ספֿר „מנחת אלעזר‟, דערקלערט אין זײַן אַנדער ספֿר, „שער ישׂשכר‟, אַז אין דער אמתן ווענדט זיך דער רבונו־של־עולם צו ייִדן אויף זייער אַמאָליקער היימישער שפּראַך, ייִדיש־מיצריש. ווען די חז״ל זאָגן, אַז אין מצרים האָבן די ייִדן נישט געביטן זייער שפּראַך, מיינט עס, אַז למעשׂה האָבן זיי גערעדט צווישן זיך אויף מיצריש, אָבער מיט אַ ייִדישלעכן טעם; דער אייבערשטער האָט אָנגעהויבן זײַנע צען געבאָט אויף אַן אוראַלטער ווערסיע פֿון ייִדיש. דער מונקאַטשער רבי גיט אויך צו, אַז די ספֿרדים דאַרפֿן רעדן אויף זייער ייִדיש־שפּאַנישער שפּראַך, לאַדינאָ (שפּאַניאָליט, ווי ער רופֿט עס אָן).

צווישן די הײַנטיקע חב״דניקעס האָט זיך געשאַפֿן אַ מאָדנע סיטואַציע. דער ליובאַוויטשער רבי האָט באַטאָנט, אַז ייִדן האָבן פֿאַרוואַנדלט זייער וואַריאַנט פֿון לשון־אַשכּנז אין אַ הייליקער שפּראַך, ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט סאַטמאַר און אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות טראַכטן אָבער ס׳רובֿ הײַנטיקע ליובאַוויטשער, אַז ייִדיש איז אַן עליטאַר לשון — אין אַ געוויסן זינען העכער, ווי לשון־קודש. אַ סך ייִדן קענען הײַנט דעם מאָדערנעם העברעיִש, וואָס דערמעגלעכט צו פֿאַרשטיין גענוג גרינג דעם קלאַסישן לשון־קודש. ייִדיש איז אָבער געוואָרן אין חב״ד אַ סימן פֿון אַ באַזונדער טיפֿער פֿאַרבינדונג צו חסידות. אין דעם פֿאַל האָט דער מיסטישער מין ייִדישיזם, פּאַראַדאָקסיש, פֿאַרוואַנדלט ייִדיש פֿון אַ געוויינטלעכער גאַסנשפּראַך אין אַ מין נײַעם לשון־קודש פֿון הויכע ישיבֿה־שטודיעס.

אַחוץ די דערמאָנטע טעאָריעס, זענען אייגענע שיטות פֿונעם מיסטיש־פֿרומען ייִדישיזם פֿאַראַן אויך בײַ די סאַטמאַרער, בראַצלעווער און אַנדערע חסידים. וואָס שייך דעם דערמאָנטן רוף אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟, וואָלט געווען גאָר אינטערעסאַנט אויסצופֿאָרשן די טעקסטן אויף ייִדיש, וווּ עס ווערן באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע שיטות פֿונעם מיסטיש־פֿרומען וואַריאַנט פֿון ייִדישיזם. געוויינטלעך, ווערן אַזעלכע טעמעס באַטראַכט אויף לשון־קודש; לכל־הפּחות, אין די שׂיחות פֿונעם ליובאַוויטשער רבין זצ״ל, ווערט די דאָזיקע טעמע צומאָל יאָ באַהאַנדלט אויף ייִדיש.

האָפֿנטלעך, וועלן אין שײַכות מיטן פּראָיעקט פֿון „אין געוועב‟ דערשינען אויף דער אינטערנעץ וויכטיקע חידושים אויף דער דאָזיקער טעמע. אַזוי צי אַזוי, בין איך צופֿרידן, אַז כּמעט 15 יאָר נאָך מײַן ערשטן אַרטיקל אינעם „פֿאָרווערטס‟ בלײַבט די אַלטע טעמע פֿון ייִדיש און פֿרומקייט, וואָס ווערט שוין באַהאַנדלט במשך פֿון הונדערטער יאָרן, נאָך אַלץ פּאָפּולער, צוציִענדיק דעם אויפֿמערק פֿון יונגע פֿאָרשער.