האָט שלום אַש אָפּגעוואָרפֿן זײַנע פֿאַריתומטע פּלימעניקעס?

Did Writer Sholem Asch Reject His Orphaned Nephews?

שלום אַש מיט דרײַ פֿון זײַנע ברידער, אין פּוילן, בערך 1935. שלום איז דער פֿערטער פֿון רעכטס, און זײַן ברודער, מלך, שטייט לעבן אים, לינקס. די צוויי אַנדערע לעבן שלומען זענען וואָלף און יעקבֿ־שיִע. זייער מאַמע, מלכּה, זיצט אין מיטן.
Courtesy of David Mazower
שלום אַש מיט דרײַ פֿון זײַנע ברידער, אין פּוילן, בערך 1935. שלום איז דער פֿערטער פֿון רעכטס, און זײַן ברודער, מלך, שטייט לעבן אים, לינקס. די צוויי אַנדערע לעבן שלומען זענען וואָלף און יעקבֿ־שיִע. זייער מאַמע, מלכּה, זיצט אין מיטן.

פֿון עדי מהלאל

Published March 15, 2017, issue of March 29, 2017.

שלום אַש איז גוט באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאָנטראָווערסאַלע ראָמאַנען וועגן יעזוס און זונה־הײַזער, אָבער אַ בריוו וואָס איז לעצטנס איבערגעגעבן געוואָרן דעם „פֿאָרווערטס”, גיט אָנצוהערן, אַז ער און זײַן פֿרוי מאַטילדאַ זענען אויך, אַ פּנים, געווען מענטשן מיט ווייניק רחמנות.

אינעם בריוו, דאַטירט דעם 10טן נאָוועמבער, 1945, ענטפֿערט מאַטילדאַ אַש אויף אַ בריוו פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער, וווּ מע האָט אינפֿאָרמירט איר מאַן שלום, אַז די יתומים פֿון זײַן ייִנגערן ברודער מלך האָבן אַל־פּי־נס איבערגעלעבט דעם חורבן, און זוכן אַ היים בײַ קרובֿים אין אַמעריקע. די נעמען פֿון די צוויי זין ווערן אין בריוו נישט דערמאָנט.

מאַטילדאַ אַש רעכנט אויס אַ ריי תּירוצים, פֿאַר וואָס זי און שלום קענען בשום־אופֿן נישט נעמען מלכס קינדער צו זיך.

„מיר האָבן אימיגרירט אַהער זייער יונג און האָבן קוים געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען אַפֿילו מיט אונדזערע נאָענטסטע קרובֿים,“ שרײַבט פֿרוי אַש, און גיט צו: „מיר האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט די ערשטע נעמען פֿון מלכס קינדער.“ 

זי איז יאָ מודה אַז איר מאַן האָט זיך מסתּמא געטראָפֿן מיט די קינדער בעת אַ באַזוך אין לאָדזש, וווּ מלך האָט געוווינט ס’רובֿ יאָרן און געאַרבעט אין דער משפּחהס שחיטה־געשעפֿט, „אָבער ער געדענקט זיי נישט זייער גוט“.

מעטילדאַ אַשס בריוו צו אַהרון סטילמאַן פֿון 1945
Courtesy of Michael Stillman
מעטילדאַ אַשס בריוו צו אַהרון סטילמאַן פֿון 1945

ווײַטער באַשרײַבט זי שלומס שוואַכן געזונט־מצב צו 65 יאָר: „ער איז לעצטנס זייער מיד, האָט אַ הויכן בלוטדרוק, און די דאָקטוירים האָבן אים געהייסן זיך אָפּרוען,“ און אין יעדן פֿאַל זענען מלכס קינדער „בלויז אַ קליינער־שבקליינער טייל פֿון דער גאַנצער משפּחה, ווײַל דער טאַטע האָט מיט זײַן צווייטער פֿרוי געהאַט נײַן קינדער.“

פֿרוי אַש שרײַבט אַז זי האָט יאָ צוגעשיקט אַ פּאַקעט עסן: „איך שיק אַ סך קרובֿים אַזעלכע פּאַקעטן“. קליידער קען זי נישט שיקן ווײַל זיי וווינען צו ווײַט פֿון דער שטאָט, און בכלל, באַקלאָגט זי זיך, טאָר זי זיך איצטער נישט אָנשטרענגען, ווײַל באַלד וועלן זיי זיך סײַ־ווי־סײַ אַריבערקלײַבן אויף דרום אין אַ בעסערן קלימאַט. אפֿשר, נאָכן באַזעצן זיך אין דרום, וועט זי קומען צו זיך און וועט מסוגל זײַן זיי צוצושיקן אויך קליידער.