סטאַטוע געפֿונען אין מצרים קער זײַן ראַמסעס דער צווייטער

Statue Found in Egypt May Be Ramses II

אַ גרופּע עגיפּטישע אַרבעטער גראָבן אויס די סטאַטוע, דעם 13טן מאַרץ, אין קאַיִר
Getty Images
אַ גרופּע עגיפּטישע אַרבעטער גראָבן אויס די סטאַטוע, דעם 13טן מאַרץ, אין קאַיִר

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 16, 2017, issue of March 29, 2017.

אַרכעאָלאָגן פֿון מצרים און דײַטשלאַנד האָבן אַנטדעקט אונטערן גרונטוואַסער אין אַן אָרעמער געגנט אין קאַיִר אַ ריזיקע סטאַטוע מיט אַ הייך פֿון אַכט מעטער, וואָס זיי האַלטן קאָן זײַן אַ שילדערונג פֿונעם פּרעה ראַמסעס דעם צווייטן, וואָס האָט געוועלטיקט איבער מצרים מער ווי 3,000 יאָר צוריק, גיט איבער אַ באַריכט אין ”רויטערס“.

די אַנטדעקונג, באַצייכנט פֿונעם מיניסטעריום פֿון אַנטיקוויטעטן ווי איינע פֿון די סאַמע וויכטיקסטע אין דער עגיפּטישער געשיכטע, איז פֿאָרגעקומען לעבן די חורבֿות פֿונעם טעמפּל פֿון ראַמסעס דעם צווייטן אין דער אוראַלטער שטאָט העליאָפּאָליס, אינעם מיזרח־טייל פֿונעם הײַנטיקן קאַיִר. די סטאַטוע איז געמאַכט פֿון קוואַרץ, האָט דער מיניסטער כאַלעד אַל־אַנאַני איבערגעגעבן אויפֿן אָרט פֿון דער אויפֿדעקונג. דערווײַל האָט מען שוין געפֿונען דעם ביוסט, דעם אונטערשטן טייל פֿונעם קאָפּ, דעם שפּיץ קאָפּ, דעם רעכטן אויער און אַ שטיק פֿונעם רעכטן אויג.

דער סאַמע מעכטיקסטער און באַרימטסטער הערשער פֿונעם פֿאַרצײַטיקן מצרים, איז דער פּרעה וואָס מע רופֿט ראַמסעס דער גרויסער געווען דער דריטער פֿון דער נײַנצעטער דינאַסטיע פֿון מצרים, און האָט געוועלטיקט פֿון 1279 ביז 1213 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. ער האָט אָנגעפֿירט מיט עטלעכע מיליטערישע עקספּעדיציעס און האָט אויסגעברייטערט די מיצרישע אימפּעריע, סע זאָל זיך ציִען פֿון סיריע אויף מיזרח ביז נוביע אויף דרום. זײַנע יורשים האָבן אים גערופֿן „דער גרויסער שטאַמפֿאָטער“.

אַרכעאָלאָגן, פֿונקציאָנערן, אָרטיקע אײַנוווינערס און זשורנאַליסטן האָבן זיך צוגעקוקט בשעת אַ מאַסיווער גאָפּל־הייבער האָט אַרויסגעצויגן פֿון וואַסער דעם קאָפּ פֿון דער סטאַטוע.

די בשותּפֿותדיקע מצריש־דײַטשע עקספּעדיציע האָט אויך געפֿונען די אייבערשטע טייל פֿון אַ סטאַטוע פֿון לעבנסגרייס, געמאַכט פֿון קאַלעכשטיין, פֿונעם פּרעה סעטי דעם צווייטן — דער אייניקל פֿון ראַמסעס דעם צווייטן — וואָס איז 80 צענטימעטער די לענג.

ראַמסעס דער צווייטער האָט געשאַפֿן דעם זונטעמפּל אין העליאָפּאָליס; דעריבער האַלטן די אַרכעאָלאָגן, אַז דאָס גיט צו וואָג דער מעגלעכקייט אַז די סטאַטוע איז טאַקע ער. דער טעמפּל איז געווען צווישן די גרעסטע אין מצרים, נאָר ס׳איז חרובֿ געוואָרן אין די גריכיש־רוימישע צײַטן. אַ סך פֿון די אָבעליסקן האָט מען אַריבערגעפֿירט אין אַלעקסאַנדריע אָדער אייראָפּע, און שטיינער פֿונעם אָרט האָט מען צעראַבעוועט און געניצט אויף בנינים ווען קאַיִר איז אויפֿגעבויט געוואָרן.

מומחים וועלן איצט פּרוּוון אַרויסציִען די פֿאַרבליבענע שטיקער פֿון ביידע סטאַטועס איידער מע רעסטאַוורירט זיי. אויב סע וועט זיך זיי אײַנגעבן און די סטאַטוע וועט זיך טאַקע אַרויסווײַזן צו זײַן ראַמסעס דער צווייטער וועט מען עס אַריבערפֿירן צום אַרײַנגאַנג פֿונעם גרויסן מיצרישן מוזיי, וואָס מע צילעוועט צו עפֿענען אין 2018.

די אַנטדעקונג קער זײַן אַ ברכה פֿאַר דער טוריזם־אינדוסטריע אין מצרים, וואָס האָט שטאַרק געליטן זינט דעם אויפֿשטאַנד וואָס האָט אַראָפּגעזעצט דעם אויטאָקראַט האָסני מובאַראַק אין 2011. די צאָל טוריסטן איז אַראָפּ פֿון מער ווי 14.7 מיליאָן אין 2010 אויף 9.8 מיליאָן אין 2011. די צאָל טוריסטן איז אויך שטאַרק געפֿאַלן נאָכן אויפֿרײַס פֿון אַ רוסישן עראָפּלאַן אין אָקטאָבער 2015 מיט 224 מענטשן אויפֿן וועג אַהיים פֿון אַ קוראָרט אינעם ים־סוף.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.