פּרשת כּי־תשׂא, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Ki Siso, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 16, 2017, issue of March 29, 2017.

צוויי מעשׂיות אין דער הײַנטיקער פּרשה האָבן צו טאָן מיט זילבער און גאָלד. בײַם אָנהייב פֿון דער סדרה דערציילט אונדז די תּורה, אַז דער באַשעפֿער האָט געהייסן זאַמלען בײַ אַלע ייִדן אַ קליינעם סכום זילבער — אַ האַלבן שקל — כּדי יעדער זאָל האָבן אַ חלק אינעם אויפֿשטעלן דעם משכּן.

צוליב דער באַזונדערער וויכטיקייט פֿון דער דאָזיקער מעשׂה, האָבן מיר זי אויך געלייענט מיט דרײַ וואָכן צוריק אין אַ באַזונדערער ספֿר־תּורה. ס׳איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטער מינהג צו געבן דרײַ מטבעות לשם צדקה פֿאַרן פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ, פּורים. דער דאָזיקער מינהג דערמאָנט אונדז אויך אינעם ענין פֿון „מחצית־השקל‟ אין אונדזער פּרשה. די חז״ל דערקלערן, אַז דער רבונו־של־עולם האָט געוווּסט, אַז המן־הרשע וועט פֿאָרלייגן דעם מלך אַחשוורוש אַ ריזיקע סומע געלט, כּדי צו באַקומען דעם רשות אומצוברענגען די ייִדן. צוליב דעם, וואָס אין משה רבינוס צײַטן האָבן אַלע ייִדן געזאַמלט מטבעות פֿאַר אַ הייליקן צוועק, זענען זיי שפּעטער געראַטעוועט געוואָרן פֿון המנס מערדערישן פּלאַן.

אינעם פֿריִערדיקן פּרשה־אַרטיקל האָבן מיר געשמועסט וועגן דער סכּנה פֿון גלײַכגילט. די אַנשי־סדום האָבן געלעבט לויט אַן עקסטרעמער פֿאָרעם פֿונעם פּרינציפּ „שלי שלי ושלך שלך‟ — „מײַנס איז מײַנס, דײַנס איז דײַנס“. אונדזערע חכמים גיבן איבער, אַז אין סדום האָט געהערשט אַ געפֿערלעך אומיושרדיקע סיסטעם, לויט וועלכער מע האָט נישט געטאָרט העלפֿן די אָרעמע־לײַט בכלל. פֿאַרן געבן צדקה פֿלעגן די אַנשי־סדום אויספּײַניקן די „פֿאַרברעכער‟ אויף טויט. די קאַלטע גלײַכגילט ווערט אָבער אין אונדזער טראַדיציע אַסאָציִיִרט מיט עמלק.

די רישעותדיקע מידת־סדום בלײַבט, צום באַדויערן, ברייט פֿאַרשפּרייט. אַ טייל מענטשן גלייבן, אַז די אָרעמע־לײַט זענען אַליין שולדיק אין זייער מצבֿ. הפֿקרדיקע און צינישע עגאָיִסטישע חשבונות, די הויפּט־פּרינציפּן פֿון די עמלקים, זענען אויך גענוג פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטיקער וועלט.

אַזוי צי אַזוי, רעפּרעזענטירט די מעשׂה מיטן מחצית־השקל דעם פֿאַרקערטן ענין: אַחדות לשם־שמים. דער אייבערשטער האָט געהייסן זאַמלען דווקא האַלבע, און נישט גאַנצע שקלים, ווײַל מענטשן נייטיקן זיך איינער אין אַ צווייטן. יעדער האָט געגעבן פּונקט דעם זעלבן סכום, ווי אַ סימן פֿון גלײַכקייט. דער צוועק איז געווען אַ ריין רוחניותדיקער, כּדי אויפֿצושטעלן בשותּפֿות אַן אָרט, וווּ עס זאָל רוען די הייליקע שכינה, און וווּ עס ווערט צעשווענקט די גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות.

אונזדער פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „כּי תשׂא את ראָש בני־ישׂראל‟. בײַם זאַמלען דאָס זילבער האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט משה רבינו איבערצוציילן די „קעפּ“ פֿונעם פֿאָלק. בוכשטעבלעך מיינט אָבער די דאָזיקע פֿראַזע „ווען דו וועסט אויפֿהייבן דעם קאָפּ פֿון די ייִדן‟. אַן עלנטער יחיד איז בלויז אַ האַלבער מענטש; דווקא ווען מע פֿאַרנעמט זיך מיט עפּעס אַ וויכטיקער מלאָכה צוזאַמען מיט די אַנדערע — בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַזאַ הייליקן און אוניקאַלן ענין, ווי דאָס שאַפֿן אַ „דירה‟ פֿאַרן באַשעפֿער — קאָן דער מענטש אויפֿהייבן דעם קאָפּ, דהײַנו צו דערפֿילן זײַן וויכטיקע ראָלע ווי אַ יחיד. אין די קבלה־ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז אַחדות און ברודערשאַפֿט זענען דער עיקר־שליסל צום רוח־הקודש. דאָס פֿאַרנעמען זיך בשותפֿות מיטן אויפֿבויען דעם משכּן האָט געבראַכט ייִדן צו דערהויבענע השׂגות פֿון רוחניות.

ווײַטער ווערט אין אונדזער פּרשה דערציילט, ווי משה רבינו האָט באַקומען די לוחות אויפֿן באַרג סיני. ווען ער איז שוין געווען גרייט זיי אַראָפּצוברענגען, האָט ער דערזען, אַז די ייִדן האָבן געשאַפֿן דעם גאָלדענעם קאַלב און אָנגעהויבן אים צו דינען ווי אַן אָפּגאָט. ווי אַ רעזולטאַט, האָט משה צעשטערט סײַ די לוחות, סײַ דעם גאָלדענעם געץ. דערנאָך האָט ער צוגעגרייט די צווייטע לוחות, ווידער אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן באַרג, און באַקומען די עשׂרת־הדברות.

אויפֿן ערשטן בליק, זעט אויס די געשיכטע מיטן גאָלדענעם קאַלב אין אַ געוויסער מאָס ענלעך צום מחצית־השקל. די באַטייליקטע אינעם קולט פֿונעם עגל־הזהבֿ האָבן אויך אַרויסגעוויזן אַ געוויסן מין אַחדות, הגם דער צוועק איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ שלעכטער.