ווידעאָ: דזשאַרעד גימבל, דער ייִדישיסטישער פּאָליגלאָט

Video: Jared Gimbel, the Yiddishist Polyglot

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 17, 2017, issue of March 29, 2017.

כאָטש עס עקזיסטירן זינט קדמונים אָן פּאָליגלאָטן — מענטשן וואָס קענען גוט רעדן עטלעכע שפּראַכן — איז עס בלויז אין די לעצטע פּאָר יאָר וואָס די דאָזיקע שפּראַך־גאונים האָבן זיך אָנגעהויבן אָרגאַניזירן און שאַפֿן אַן אייגענע סוב־קולטור.

אַ דאַנק „יו־טוב‟ קענען די הײַנטיקע פּאָליגלאָטן זיך פֿאַרבינדן איינער מיטן אַנדערן, רעדן וועגן זייערע באַליבטסטע סטראַטעגיעס ווי אַזוי זיך אויסצולערנען שפּראַכן און, פֿאַרשטייט זיך, ווײַזן דער וועלט זייערע פֿעיִקייטן. אַחוץ די דיגיטאַלישע טרעפֿונגען קומען פֿאָר אַרום דער וועלט אַ ריי קאָנפֿערענצן פֿון פּאָליגלאָטן, אויף וועלכע זיי טרעטן אויף מיט רעדעס וועגן זייער דרך צו פּאָליגלאָטערײַ. אַ פּאָר פֿון די סאַמע באַקאַנטסטע פּאָליגלאָטן שאַפֿן זייער פּרנסה טאַקע פֿון זייערע שפּראַך־קענטענישן — זיי פֿאָרן איבער דער וועלט און האַלטן רעפֿעראַטן, זיי לערנען מענטשן פּריוואַט דורך דער אינטערנעץ און שרײַבן זכרונות וועגן זייערע לינגוויסטישע אויפֿטוען אין בוכפֿאָרעם.

ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס אַ סך פּאָליגלאָטן געפֿעלט די ייִדישע שפּראַך, ווײַל ייִדיש איז אַליין אַ „פּאָליגלאָטישע‟ שפּראַך וואָס האָט עלעמענטן פֿון אַ ריי שפּראַכן. מענטשן וואָס קענען אַ פּאָר גערמאַנישע שפּראַכן, אַ פּאָר סלאַווישע שפּראַכן און העברעיִש אָדער אַראַביש האָבן אָפֿט ליב צו זוכן ווערטער אויף ייִדיש, וואָס זענען ענלעך צו די ווערטער וואָס זיי קענען שוין פֿון די אַנדערע לשונות. דער בריטישער פּאָליגלאָט אַלעקס ראַולינגס, וואָס איז אין אַ קאָנקורס אין 2012 פּראָקלאַמירט געוואָרן ווי דער סאַמע פֿיל־שפּראַכעוודיקסטער סטודענט אין גרויס־בריטאַניע, האָט זיך אַליין גוט אויסגעלערנט ייִדיש צוליב זײַן אינטערעס אין די פֿאַרשידנאַרטיקע לינגוויסטישע עלעמענטן פֿון דער שפּראַך. אַחוץ ייִדיש קען ראַולינגס גוט רעדן כאָטש 11 שפּראַכן.

עטלעכע ייִדישיסטן זענען אַקטיוו אין דער וועלט פֿון פּאָליגלאָטערײַ. דער אַקטיאָר מײַקל לוי האַריס, וואָס קען פֿליסיק רעדן מער ווי צען שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע אינעם־פֿילם „דער פֿיל־שפּראַכיקער‟ וועגן אַ מאַן וואָס קען אַ סך שפּראַכן אָבער קען ניט געהעריק רעדן מיט פֿרויען. דער פּעדאָגאָג און לינגוויסט יאַנקל־פּרץ בלום, וואָס קען מער ווי צען שפּראַכן, איז ניט קיין פּנים־חדשות אויף די פּאָליגלאָט־קאָנפֿערענצן און איז גוט באַפֿרײַנדט מיט עטלעכע פֿון די פּני פֿון פּאָליגלאָטערײַ. אַרעלע ווישוואַנאַט, דער זון פֿון דער פּאָעטעסע און לעקסיקאָגראַפֿקע גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, קען, אַחוץ זײַנע מוטערשפּראַכן טאַמיליש, ייִדיש און ענגליש, צום ווייניקסטן, נאָך זעקס אָדער זיבן שפּראַכן.

עס קען אָבער זײַן, אַז דזשערעד גימבל איז דער סאַמע פֿיל־שפּראַכוודיקסטער פֿון די ייִדישיסטישע פּאָליגלאָטן. אַ רעגולערער גאַסט אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ און אַ ריי אַנדערע ייִדישיסטישע אונטערנעמונג, האָט האָט דער לינגוויסט, שפּראַכלערער און שרײַבער לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אַ קורצן ווידעאָ פֿון זיך, אין וועלכן ער רעדט אויף 32 שפּראַכן. צווישן די שפּראַכן הערט מען ניט בלויז אַ ריי ברייט־גערעדטע שפּראַכן, ווי, למשל, שפּאַניש, דײַטש, רוסיש און פּאָרטוגעזיש, נאָר אויך אַ ריי קלענערע און באַדראָטע שפּראַכן ווי אירלענדיש, קאָרניש, וועלשיש, ברעטאָניש, פֿאַראָעזיש און גרינלענדיש.

די וואָס ווייסן אַ ביסל וועגן לינגוויסטיק וועלן גלײַך בײַם קוקן דעם פֿילם פֿאַרשטיין, אַז גימבל לערנט זיך צום־מערסטנס שפּראַכן אָדער לויט זייער „משפּחה“ (ער רעדט אינעם פֿילם, למשל, אויף אַכט גערמאַנישע, פֿיר קעלטישע און פֿיר ראָמאַנישע שפּראַכן) אָדער לויט זייער טעריטאָריע (ער קען, למשל, ממש אַלע שפּראַכן פֿון סקאַנדינאַוויע, ווי אויך גרינלענדיש).

אינעם ווידעאָ דערקלערט גימבל אַ ביסל וועגן זײַן לעבנס־געשיכטע און פֿאַר וואָס ער גיט זיך אַזוי אָפּ מיט שפּראַכן. טשיקאַווע איז דער פֿאַקט, וואָס דווקא אינעם טייל פֿונעם ווידעאָ אויף מאַמע־לשון, דערקלערט ער אַז „פֿריִער בין איך געווען זייער פֿרום, אָבער אַז איך בין אַוועקגעפֿאָרן אין אַנדערע לענדער, האָב איך געזען די וועלט ווי ׳אַ וועלט מיט וועלטעלעך.׳‟