רבנים פֿאַרדאַמען אייראָפּעיִשן פּסק איבער פֿרומע קליידונג

Rabbis Condemn EU Court Ruling on Religious Garb

הרבֿ פּנחס גאָלדשמידט, דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן רבנים־ראָט
Courtesy of Conference of European Rabbis
הרבֿ פּנחס גאָלדשמידט, דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן רבנים־ראָט

פֿון ייִט״אַ

Published March 17, 2017, issue of March 29, 2017.

אַ געריכט בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָט לעצטנס געפּסקנט, אַז פֿירמעס מעגן פֿאָדערן, אַז זייערע אָנגעשטעלטע טאָרן ניט טראָגן קיין רעליגיעזע קליידונג אָדער סימבאָלן. דער פּסק האָט אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן מצד אַ גרופּע רבנים וואָס האַלטן, אַז דער באַשלוס איז ווי אַ רמז פֿאַר פֿרומע לײַט אין אייראָפּע, אַז „זיי זענען דאָ מער ניט אָנגעלייגט.‟

דער פּסק אינעם „אייראָפּעיִשן געריכט פֿון יוסטיץ‟ אין לוקסעמבורג האָט אויך באַשטעטיקט, אַז די קונים האָבן ניט דאָס רעכט צו פֿאָדערן, אַז אַרבעטער אין אַ קראָם זאָלן אַראָפּנעמען זייער רעליגיעזע קליידונג ווי בורקאַס אויב דער געשעפֿט האָט ניט קיין פּאָליטיק קעגן רעליגיעזע סימבאָלן.

„ווען אַ פּריוואַט געשעפֿט פֿאַרווערט דאָס טראָגן אַ רעליגיעזן, פּאָליטישן אָדער פֿילאָסאָפֿישן סימבאָל, קען עס ניט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר דיסקרימינאַציע,‟ האָט דאָס געריכט באַשטעטיקט אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט. דער פּסק קומט אין אַ צײַט ווען די אַנטי־מוסולמענישע פּאָליטיקער ווערן אַלץ מער פּאָפּולער אין אייראָפּע נאָך אַ ריי איסלאַמישע טעראָריסטישע אַטאַקן, און איז אַן ענטפֿער אויף אַן אָנקלאָג געבראַכט פֿון צוויי מוסולמענישע אַרבעטער, וואָס זענען באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַרן טראָגן רעליגיעזע סימבאָלן.

„דער דאָזיקער פּסק שיקט אַלע רעליגיעזע גרופּעס אין אייראָפּע אַ בולטן סיגנאַל,‟ האָט דערקלערט הרבֿ פּנחס גאָלדשמידט, דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן רבנים־ראָט. „נעמענדיק אין באַטראַכט סײַ די פֿאַרשפּרייטונג פֿון ראַסיסטישע אינצידענטן, סײַ דעם הײַנטיקן פּסק, שיקט אייראָפּע אַ קלאָרן סיגנאַל: אירע רעליגיעזע קהילות זענען דאָ מער ניט אָנגעלייגט. די פּאָליטישע פֿירער מוזן עפּעס טאָן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אייראָפּע וועט ניט איזאָלירן אירע רעליגיעזע מינאָריטעטן און אַז אייראָפּע זאָל בלײַבן אַ פֿאַרשידנאַרטיקער און אָפֿענער קאָנטינענט.‟

די פֿרומע קליידונג איז אַ הייסער ענין אין אַ ריי אייראָפּעיִשע לענדער, איבערהויפּט אין פֿראַנקרײַך, וווּ צענדליקער מוניציפּאַליטעטן האָבן פֿאַרווערט דאָס טראָגן אַ „בורקיני‟, אַ באָד־קאָסטיום וואָס פֿאַרדעקט דעם גאַנצן קערפּער. מאַרי לאַ־פּען, די אָנפֿירנדיקע קאַנדידאַטקע אויף פּרעזידענט אין פֿראַנקרײַך, וויל פֿאַרווערן אַלע מוסולמענישע קאָפּ־צודעקן אויב זי ווערט דערוויילט. ווען מע האָט זי געפֿרעגט, צי זי וויל אויך פֿאַרווערן די ייִדישע יאַרמלקע, האָט זי געזאָגט אַז יאָ, ווײַל „ס׳איז אַן ענין פֿון גלײַכקייט.‟