וואָלונטירן ווערן געזוכט אויפֿצוראַמען בית־עלמינס אין טשערנאָוויץ

Volunteers Sought to Clean Jewish Cemetery in Czernowitz

Wikimedia Commons

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 19, 2017, issue of March 29, 2017.

די אינטערנאַציאָנאַלע ניט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציע Service Civil International אָרגאַניזירט פֿרײַוויליקע „אַרבעט־לאַגערן‟ אין איבער 43 לענדער, אין וועלכן וואָלונטירן פֿון איבער דער גאָרער וועלט קומען זיך צוזאַמען, כּדי צו אַרבעטן אויף אַ בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט. די לאַגערן זענען אַ טייל פֿון אַ קאַמפּאַניע צו מאַכן אַ סוף צו מלחמות איבער דער וועלט.

צווישן זייערע פּראָיעקטן וואָס שטרעבן צו לערנען מענטשן ווי אויפֿצוראַמען געשעדיקטע בנינים און אויפֿצוהאַלטן די סבֿיבֿה אין רעגנוועלדער, געפֿינט מען עטלעכע פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן עבֿר.

לעצטנס האָט די אָרגאַניזאַציע אַרויסגעלאָזט אַ קול־קורא נאָך וואָלונטירן, וואָס ווילן העלפֿן אויפֿהאַלטן דעם גרויסן בית־עולם אין טשערנאָוויץ, אוקראַיִנע. דער בית־עולם, פֿאַרלייגט אין 1866, איז איינער פֿון די גרעסטע היסטאָרישע ייִדישע בית־עלמינס אין מיזרח־אוקראַיִנע.

דאָס איז דאָס צענטע יאָר וואָס די אָרגאַניזאַציע ברענגט צונויף פֿרײַוויליקע אין טשערנאָוויץ אויפֿצוראַמען די מצבֿות, וואָס זענען באַוואַקסן מיט ווילדגראָז, און זיי אויפֿהאַלטן. די באַטייליקטע קומען פֿון אונגערן, דײַטשלאַנד, סלאָוועניע, איטאַליע, בעלגיע און יאַפּאַן. לכּבֿוד דעם צענטן יובֿל, פּלאַנירט מען אויך צו מאַכן אַ פֿילם וועגן דער אַרבעט און מע זוכט דערפֿאַר אויך וואָלונטירן, וואָס קענען העלפֿן צוגרייטן דעם פֿילם.

דער „טשערנאָוויצער בית־עלמין אַרבעט־לאַגער‟ ווערט אָרגאַניזירט דורך אַ צווײַג פֿון Service Civil International, וואָס האָט פֿאַר אַ ציל צו לערנען יונגע־לײַט וועגן די גרויליקע רעזולטאַטן פֿון מלחמות. אַזוי אַרום אָרגאַניזירט ער פֿאַרשידענע פּראָיעקטן וואָס רעמאָנטירן ערטער, וואָס זענען געשעדיקט געוואָרן בעת די צוויי וועלט־מלחמות אָדער בעת די מלחמות אין די באַלקאַנישע לעדנער. צוזאַמען מיט דער רעמאָנטיר־אַרבעט לערנט מען די וואָלונטירן וועגן די מענטשן, וואָס האָבן געליטן פֿון דער מלחמה וואָס איז פֿאָרגעקומען אויפֿן אָרט ווי זיי שטייען און אַרבעטן. אין דעם פֿאַל וועט מען לערנען וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן פֿונעם „ירושלים אויף דער פּרוט‟ און דער געשיכטע פֿון שׂינאה, וואָס האָט דערפֿירט צום גענאָציד איבער די אייראָפּעיִשע ייִדן.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 10טן ביזן 22סטן יולי 2017. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.workcamps.info/icamps/UA-SVI/en/camp-details/camp-10948.html.


אין 2010 האָט דער „פֿאָרווערטס“ אַרויסגעלאָזט אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן טשערנאָוויץ, וואָס מע קען זיך דערוויסן מער וועגן דעם דאָ.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, אָדער צו באַשטעלן דעם פֿילם, שרײַבט צו vinokur@forward.com אָדער קלינגט 212-453-9400



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.