אינדיע, אַ היים פֿאַר דײַטש־רעדנדיקע ייִדן בעתן חורבן

India, WW II Refuge for German-Speaking Jews

ערמינאַ ספּעק (מאַדי מאַרטין), צווייטע פֿון לינקס; איר מאַמע, העלענאַ ספּעק, לינקס, און ערמינאַס ערשטער מאַן, סאַרטאַר באַהאַדור אוטאַם סינג (שטייט), בעת אַ נאָכמיטאָג מיט דער פּרינצעסין סיטאַ פֿון קאַפּורטאַלאַ (דריטע פֿון לינקס), אין די 1950ער יאָרן
ערמינאַ ספּעק (מאַדי מאַרטין), צווייטע פֿון לינקס; איר מאַמע, העלענאַ ספּעק, לינקס, און ערמינאַס ערשטער מאַן, סאַרטאַר באַהאַדור אוטאַם סינג (שטייט), בעת אַ נאָכמיטאָג מיט דער פּרינצעסין סיטאַ פֿון קאַפּורטאַלאַ (דריטע פֿון לינקס), אין די 1950ער יאָרן

פֿון מלך ווישוואַנאַט


Published March 19, 2017, issue of March 29, 2017.

ס׳רובֿ מענטשן קענען שוין די פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע ווי ייִדן האָבן אויסגעמיטן היטלערס תּלינים דורכן אַנטלויפֿן קיין שאַנגכײַ; ווייניקער ווייסן אָבער, אַז אינדיע האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אויך געדינט בײַ אַ גרויסער צאָל ייִדן ווי אַ מקום־מיקלט.

ד״ר מרגיתּ פֿראַנץ, אַ היסטאָריקער בײַם גרעץ־אוניווערסיטעט אין עסטרײַך, האָט זיך דערוווּסט אַז, צום ווייניקסטן, 5,000 דײַטש־רעדנדיקע ייִדן האָבן געפֿונען אַזיל אין אינדיע צווישן 1933 און 1945. זי האָט פֿאָרגעשטעלט איר פֿאָרשונג אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן אינדיע און די ייִדן וואָס מ׳האָט לעצטנס אָפּגעהאַלטן אין דעלהי.

דאָס איבערציילן די פּליטים איז נישט געווען קיין גרינגע עובֿדא — ערשטנס, ווײַל נישט יעדער האָט זיך אידענטיפֿיצירט ווי אַ ייִדישער פּליט, און צווייטנס, ווײַל אינדיע איז דעמאָלט נישט געווען קיין פֿאַראייניקט לאַנד. אַחוץ דער בריטישער אינדיע זענען אויך געווען פֿירשטנשאַפֿטן. דורך איר פֿאָרשונג האָט ד״ר פֿראַנץ אָבער באַוויזן אויסצוזוכן אַ סך פֿון יענע וואָס זענען געקומען קיין אינדיע בשעת דער נאַצי־תּקופֿה.

ס׳רובֿ פֿון די פּליטים זענען געווען אויסערגעוויינלעכע פֿאַכלײַט, וואָס דאָס האָט דערמעגלעכט אַז מע זאָל זיי גיבן אַ וויזע, בפֿרט ווײַל די גרויסע אינדישע באַפֿעלקערונג האָט געהאַט אַ הויכע פּראָפּאָרציע שוואַרצאַרבעטערס. געוויסע אינדישע גרופּעס זענען געווען אומפֿרײַנדלעך צו די ייִדן און האָבן ממש געפּרוּווט פֿאַרהיטן אַז ייִדישע פּליטים זאָלן נישט אַרײַנקומען אין לאַנד. ווען דזשאַוואַהאַרלאַל נעהרו, דער שפּעטערדיקער ערשטער פּרעמיער פֿון אינדיע, האָט, למשל, געשטיצט אַ רעזאָלוציע אויפֿצונעמען די ייִדישע פּליטים „וואָס קענען געבן צו שטײַער דעם פּראָגרעס אין אינדיע“ האָט אַן אינדישער פֿרײַהייט־קעמפֿער, סובהאַש טשאַנדראַ באָוס, אַגיטירט מע זאָל עס נישט דורכפֿירן און ס׳איז טאַקע קיין מאָל נישט אָנגענומען געװאָרן. 

נעהרו און אַנדערע האָבן שטאַרק געקעמפֿט אַרויסצוקריגן די וויזעס פֿאַר ייִדישע פּליטים צוליב הומאַניטאַרישע סיבות, אַפֿילו איידער דער פֿאַרנעם פֿונעם חורבן איז באַקאַנט געוואָרן. צום סוף אָבער האָבן די בריטישע — דערפֿאַר וואָס זיי האָבן געוועלטיקט איבער ס׳רובֿ פֿון אינדיע — געהאַט די דעה ווער סע קריגט יאָ אַ וויזע, און ווער נישט.

ס׳איז שװער צו גלייבן, אָבער די דײַטש־רעדנדיקע ייִדישע פּליטים האָט מען אָפֿט אינטערנירט אין איינעם מיט דײַטשע נאַציס (סע זענען געווען אַ היפּש ביסל אַזוינע אין באָמביי און קאַלקאַטאַ); מיט אַנדערע ווערטער, געצוווּנגען ייִדן מיטצוּוווינען מיט די פּײַניקערס פֿון זײער אײגן פֿאָלק. די סיבה דערפֿאַר איז וואָס בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה, אין סעפּטעמבער 1939, האָט מען פֿאַררעכנט אַלע דײַטשן, סײַ ייִדישע סײַ נישט־ייִדישע, ווי פֿײַנטלעכע אויסלענדער. אין אָקטאָבער האָבן די בריטישע סוף־כּל־סוף אויפֿגעשטעלט אַ קאָמיסיע פֿונאַנדערצושיידן צווישן אמתע פּליטים און נאַצישע שפּיאָנען, און ביז סוף־יאָר האָט מען ס׳רובֿ פֿון די פּליטים באַפֿרײַט.

די פֿרויען צװישן די פּליטים זענען געווען אין אַ שטיקל פֿאַרלעגנהייט אין אינדיע. מערסטע האָבן געהאַט אַ פֿאַך און האָבן אין לענדער ווי ענגלאַנד געקענט געפֿינען אַרבעט ווי ראַמערינס, שנײַדערינס און לערערינס. אין אינדיע זענען אָבער געווען ווייניק אַזוינע שטעלעס, אַחוץ אין געוויסע ווינקעלעך פֿון באָמביי און קאַלקאַטאַ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.