הרבֿ ניסן מאַנגעל רעדט אין אוישוויץ

Rabbi Nissen Mangel Speaks in Auschwitz

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 21, 2017, issue of March 29, 2017.

הרבֿ ניסן מאַנגעל, דער רבֿ פֿון דער חב״ד־שיל „כּתבֿ־סופֿר“ און אַ פּאָפּולערער אויסטײַטשער פֿון תּורה־ענינים בײַ די חב׳׳ניקעס, איז ער אויך איינער פֿון די סאַמע־ייִנגסטע מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם גיהנום פֿון אוישוויץ.

הרבֿ מאַנגעל פֿאָרט איבער דער גאַנצער וועלט כּדי צו רעדן וועגן זײַנע איבערלעבונגען אינעם טרויעריק־באַרימטן אומברענגלאַגער און טרעט אויף פֿאַר אַלע מינים עולמס, פֿון פֿרומע ייִדן אין די ישיבֿות ביז קאַלעדזש־סטודענטן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן. אין זײַנע רעדעס דערקלערט ער ווי אַזוי ער האָט איבערגערעדט דעם „מלאך־המוות‟, ד״ר יאָזעף מענגעלע, אים צו לאָזן לעבן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער איז בלויז געווען צען יאָר אַלט. פֿאַר ייִדישע צוהערער דערקלערט ער אויך ווי אַזוי ער האָט אָפּגעמערקט זײַן בר־מצווה, טראָגנדיק אַ באַהאַלטענעם טלית אויפֿן טויטמאַרש קיין דאַכאַו.

לעצטנס איז הרבֿ מאַנגעל צוריקגעפֿאָרן קיין אוישוויץ, כּדי אָנצופֿירן מיט אַ טור פֿונעם לאַגער און דערציילן אַ גרופּע חרדים וועגן זײַנע איבערלעבונגען דאָרטן. זײַן אייניקל, לייבל מאַנגעל, אַ באַקאַנטער בלאָגער וואָס האָט פֿאַרלאָזט די ישיבֿה־וועלט כּדי צו דינען אין צה׳׳ל, האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „פֿייסבוק“ אַ ווידעאָ וואָס ווײַזט אַן אויסצוג פֿון אַ רעדע וואָס הרבֿ מאַנגעל האָט געהאַלטן אויף ייִדיש בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם לאַגער. דאָס אָרט וווּ דער רבֿ רעדט אינעם פֿילם איז פּונקט דאָס זעלביקע, וווּ ער האָט מיט 73 יאָר צוריק אײַנגערעדט ד׳׳ר מענגעלען אים ניט צו שיקן אין גאַז־קאַמער. דער ווידעאָ, מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, איז ברייט פֿאַרשפּרייט געוואָרן דורך אַ ריי סאָציאַלע נעצן במשך פֿון צוויי טעג האָבן עס זענען מער ווי אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן.