אַ דיגיטאַלישער מוסטער פֿון דער היסטאָרישער פֿלאָרענצער געטאָ

A Digital Reconstruction of the Historic Florence Ghetto

Wikimedia Commons

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 22, 2017, issue of March 29, 2017.

לויט אַ באַריכט אינעם וועבפּאָרטאַל Jewish Heritage Europe (די ייִדישע קולטור־ירושה פֿון אייראָפּע) האָט דער מעדיטשי־אַרכיוון־פּראָיעקט (מאַ״פּ) לעצטנס לאַנצירט אַ גרויסן פּראָיעקט צו רעקאָנסטרויִרן אויף אַ דיגיטאַלישן אופֿן די אַרכיטוקטורעלע און דעמאָגראַפֿיש־עקאָנאָמישע שטריכן פֿון דער געטאָ אין פֿלאָרענץ, איטאַליע — איינער פֿון די עלטסטע געטאָס אין אייראָפּע. 

דער מאַ״פּ איז אַ פֿאָרש־אינסטיטוט וואָס זײַן אַרבעט דרייט זיך אַרום די מיליאָנען דאָקומענטן וואָס געפֿינען זיך אין דער מעדיטשי גראַנדוקאַ־אַרכיוון־זאַמלונג אין פֿלאָרענץ. 

די פֿלאָרענצער געטאָ, די דריט עלטסטע אין אייראָפּע, איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1570 דורך קאָזימאָ דע׳מעדיטשי, דעם ערשטן גרויספֿירשט פֿון טאָסקאַן, און איז געשטאַנען ביזן שפּעטן 19טן יאָרהונדערט. 

כאָטש מ׳האָט אָפֿיציעל אויפֿגעשטעלט די געטאָ כּדי אײַנצוזאַמלען די ייִדן אויף איין אָרט, לויט די תּקנות פֿון דער קירך, איז די פֿלאָרענצער געטאָ פֿאַקטיש געווען דער פּראָדוקט פֿון זייער אַ גוט אויספּלאַנירטער גרונטאייגנס־אינוועסטירונג מצד דער משפּחה מעדיטשי. קאָזימאָ האָט באַשטימט אַ קאָמיסיע פֿון פֿינעף מאַגיסטראַטן וואָס זאָל אויספֿירן אַ פּרטימדיקע אַנקעטע פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין טאָסקאַן. דאָס איז געווען די ערשטע סטאַדיע בײַם אויפֿבויען די געטאָ, וואָס האָט אײַנגעשפּאַרט די ייִדן אין אַ קליינעם, איבערגעפּאַקטן שטח, און זיי פֿאַרווערט פֿון וואָסער נישט איז פּראָדוקטיווע אַקטיוויטעטן. 

אין 1861 האָבן די ייִדן, סוף־כּל־סוף, געקריגן פֿולע בירגעררעכט. די הײַנטיקע שיל אין דער שטאָט, אַן אימפּאָזאַנטער בנין אינעם מורינישן סטיל, האָט געהאַט איר חנוכּת־הבית אין אַן אַנדער געגנט אין 1882.

די געטאָ גופֿא האָט מען אין 1888 אַראָפּגעריסן ווי אַ טייל פֿון אַ גרויסער שטאָט־באַנײַונג וואָס האָט מאָדערניזירט טיילן פֿונעם צענטער שטאָט. אָט דער שטח איז הײַנט דער ריזיקער פּיאַצאַ דעלאַ רעפּובליקאַ.

לויט דער באַשרײַבונג פֿונעם פּראָיעקט, וועט מען אין דער ערשטער סטאַדיע שאַפֿן אַ דרײַ־דימענסיעדיקן ווירטועלן מוסטער פֿון דער געטאָ, און דערבײַ אויך אַרײַננעמען אַרכיוו־מאַטעריאַלן ווי, למשל, געמעלן, אַקוואַרעלן, און אַרכעאָלאָגישע אויסמעסטונגען פֿון אַנדערע פֿלאָרענצער זאַמלונגען. ווי איינער פֿון די ערשטע אויספּלאַנירטע וווינקאָמפּלעקסן אין אייראָפּע איז די געטאָ שטאַרק וויכטיק פֿאַר די הײַנטיקע אַרכיטעקטן, שטאָט־פּלאַנירערס און סאָציאָלאָגן וואָס אַרבעטן אין אייראָפּע.

די צווייטע סטאַדיע שטעלט דעם טראָפּ אויף דער געטאָ־עקאָנאָמיק. ווי אַ טייל פֿון די פּריוואַטע אייגנס פֿונעם גרויספֿירשט האָט מען דעם גאַנצן געטאָ־שטח, מיט זײַנע אײַנוווינערס און אַלץ וואָס דערין, באַשריבן און רעקאָרדירט. אַלע עקאָנאָמישע פּרטים פֿון דער געטאָ (וויפֿל דירה־געלט, למשל, האָט מען דעמאָלט גערעכנט פֿאַר די וווינונגען און געשעפֿטן?) וועט אפֿשר העלפֿן ענטפֿערן אויף דער קריטישער פֿראַגע: וויפֿל רווח האָט טאַקע אַרײַנגעבראַכט דאָס געטאָיִזערן די ייִדן?

די דריטע סטאַדיע וועט אַרויסהייבן די דעמאָגראַפֿיע און געשיכטע פֿון דער געטאָ. די מעדיטשי־דאָקומענטן זענען פֿול מיט ייִדישע דעמאָגראַפֿישע פּרטים וואָס וועלן לאָזן אַנאַליזירן פּינקטלעך וויפֿן ייִדן האָבן געוווינט אין געטאָ אין אַ געגעבענעם מאָמענט פֿון איר געשיכטע, און אויך העלפֿן יחידים און משפּחות אויסזוכן זייערע גענעאָלאָגישע וואָרצלען.

דעם פּראָיעקט וועט מען פֿאָרשטעלן דעם 23סטן מאַרץ אין פֿלאָרענץ, און דעם 6טן אַפּריל אין ניו־יאָרק.

נאָך ווײַטערדיקער אינפֿאָרמאַציע גיט אַ קוועטש דאָ.